(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט דער כאָר געזונגען עטלעכע לידער פֿונעם ייִדישן מיוזיקל „שווער צו זײַן אַ ייִד‟ (טעקסט פֿון מרים האָפֿמאַן, מוזיק: בנימין שעכטער), באַזירט אויף שלום־עליכמס פּיעסע פֿונעם זעלביקן נאָמען, אין וועלכער אַ ייִד און אַ גוי טוישן זיך מיט זייער אידענטיטעט. איינע פֿון די אויסקלײַבן, „כאָטש נעם זיך און שיס‟, האָט געזונגען אַרעלע ווישוואַנאַט, וואָס זײַן ליריש קול האָט אָנגעפֿילט דעם זאַל און פֿאַרכּישופֿט דעם עולם.
נאָך די לידער באַזירט אויף שלום־עליכמס ווערק האָט מען אויפֿגעפֿירט צוויי לידער אָנגעשריבן פֿונעם קלאַסיקער אַליין: דאָס באַקאַנטע וויגליד „שלאָף מײַן קינד‟ און „כ׳וויל נישט גיין אין חדר‟, אַ הומאָריסטיש ליד מיט מוזיק פֿון יוסף טשערניאָווסקי, אין וועלכן אַ קינד זאָגט זיך אָפּ צוריקצוגיין צום מלמד. דעם עולם איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן ווי טעמע־ליבע שעכטער האָט געזונגען דעם סאָלאָ ווי אַן אָנגעבלאָזן ייִנגל. דערנאָך האָט דער כאָר פֿאָרגעשטעלט די וועלט־פּרעמיערע פֿון „שלום־עליכמס עפּיטאַף‟, אַ ליד פֿון בנימין שעכטער צו די ווערטער אויף שלום־עליכמס מצבֿה.
פֿון שלום־עליכמס עפּיטאַף איז מען אַריבער צום מיוזיקל אַ דאַנק וועלכן ער איז צום־מערסטנס באַקאַנט דעם ברייטערן עולם: „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. מע האָט געזונגען „ווען איך בין אַ ראָטשילד‟, „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟, און „לחיים‟ אין דער ייִדישער אַדאַפּטאַציע פֿון שראַגע פֿרידמאַן.
צום סוף פֿון קאָנצערט האָט בנימין שעכטער פֿאַרבעטן די געוועזענע מיטגלידער פֿונעם כאָר, וואָס זענען געזעסן אין זאַל צו קומען אויף דער בינע, כּדי צו זינגען „וואַסערל‟, אַ ליד פֿון שׂרה־רחל שעכטער און פּערל טייטלבוים. דאָס ליד באַהאַנדלט די וויכטיקייט פֿון אויפֿהאַלטן די ייִדישע שפּראַך און צונויפֿפֿירן די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט מיטן הײַנט דורכן מעטאַפֿאָר פֿון אַ פֿאַרפֿרוירענעם שטראָם, וואָס צעגייט זיך נאָך אַ שווערן ווינטער.
די באַגײַסטערונג פֿון די צוהערער, און דער פֿאַקט וואָס די פּראָגראַם האָט צונויפֿגעבראַכט אַזאַ ריזיקן עולם, אַ סך פֿון זיי — יונגע־לייט, זענען סימנים, אַז די ייִדישע מוזיק קען בויען אַ בריק צווישן די דורות. כאָטש ווייניקער ייִדן קענען הײַנט די ייִדישע שפּראַך, איז בײַ אַ סך פֿון זיי איבערגעבליבן אַ ליבשאַפֿט פֿאַרן לשון פֿון זייערע אָבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.