אַ ווערטערבוך פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט

A Dictionary For the 21st Century


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 17, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איך האָב ערשט אָנגעהויבן צו שפּירן דאָס דאָזיקע כּמות מיט אַ האַלב יאָר צוריק, ווען איך האָב אויסגעבעטן בײַ די רעדאַקטאָרן אַ קאָפּיע פֿונעם כּתבֿ־יד — צוליב מײַן אייגענער פֿאָרשונג און אויך כּדי אָנצושרײַבן אַ רעצענזיע. זינט דעמאָלט איז דאָס ווערטערבוך געוואָרן מײַן „סאָבוויי־בוך‟ — מײַן לייענוואַרג בשעת איך פֿאָר מיט דער אונטערבאַן. צוליב דעם וואָס איך וווין אין די בראָנקס בײַ דער לעצטער סטאַנציע פֿון דער D־באַן (דווקא זייער נאָענט צום הויז, וווּ די שעכטערס האָבן צענדליקער יאָרן געוווינט) און עס נעמט אָפֿט אַ שעה צײַט אַרײַנצופֿאָרן אין מאַנהעטן, האָב איך דאָרט אַ סך צײַט צו לייענען. און פֿון דעסטוועגן, האָב איך אין משך פֿון אַ האַלב יאָר נאָך ניט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן דאָס גאַנצע ווערטערבוך! איך האַלט איצט 80 זײַטן פֿונעם סוף…

אָבער אַזוי ווי דאָס בוך איז שוין אַרויס — דער פֿאַרלאַג און דער דרוקער אַרבעטן גיכער פֿון מיר — שרײַב איך אָן אַ רעצענזיע, כּדי די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זאָלן וויסן, ווי כּדאַי עס איז צו האָבן בײַ זיך אין שטוב. יעדער ייִדישער שרײַבער ברעכט זיך כּסדר דעם קאָפּ זוכנדיק דאָס ריכטיקע וואָרט אויף ייִדיש, וואָס זאָל איבערגעבן אַ געוויסן באַגריף אויף ענגליש אָדער אַן אַנדער שפּראַך. פֿריִער האָב איך געדאַרפֿט נישטערן אין סטוטשקאָווס „אוצר‟ און האָפֿן, אַז איך וועל דאָרט זיך אָנשטויסן אין עפּעס פּאַסיקס. אָבער ווײַל סטוטשטאָוו גיט ניט קיין דעפֿיניציעס אָדער עקוויוואַלענטן אין אַן אַנדער שפּראַך, איז דאָס געגליכן צו טאַפּן אין דער פֿינצטער.

איצט האָב איך, סוף־כּל־סוף, וווּ צו זוכן. ווי זאָגט מען אויף ייִדיש Jack-of-all-trades? ‘האָבן גאָלדענע הענט’. The jig is up? ‘די שפּיל איז אויס’. To state the obvious? ‘רײַסן זיך אין אַן אָפֿענער טיר’. אַזעלכע פּערל געפֿינען זיך בײַ שעכטערן אין די טויזנטער, אַזוי אַז זינט איך באַניץ זיך מיט זײַן ווערטערבוך, קוק איך זעלטן נאָך ערגעץ אַנדערש — ס׳איז שוין כּמעט אַלץ דאָ בײַ אים!

בײַ אַ צווייטער געלעגנהייט וועל איך זיך מירצעשעם אַרײַנטיפֿן אין אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם ווערטערבוך, וואָס זײַנען מיר אינטערעסאַנט. מע דאַרף, למשל, באַהאַנדלען דעם ווערטערבוך ווי אַ פֿראָנט אין שעכטערס מלחמה קעגן דײַטשמעריש: דאָס גאַנצע גרויסע ווערק נעמט אַרײַן ווייניקער ווי דרײַ הונדערט דײַטשמעריזמען, בשעת סטוטשקאָוו האָט איבער צוויי טויזנט. דער צוגאַנג צו אַמעריקאַניזמען איז אויך נאָוואַטאָריש.

עס פֿאַרשטייט זיך, אַז געוויסע לייענער וועלן האָבן טענות צו דער שעכטערישער נטיה צו שאַפֿן נײַע ווערטער אויף שריט־און־טריט. לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, האָבן די רעדאַקטאָרן געטאָן אַן עוולה דורכן ניט־מאַרקירן די טויזנטער נעאָלאָגיזמען אינעם ווערטערבוך מיט קיין שום סימן. אָבער, ערשטנס, איז דאָס געווען שעכטערס דרך, און, צווייטנס, איז פֿאַראַן אַ לאַנגע טראַדיציע אין דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע פֿון שטילערהייט אײַנפֿירן נעאָלאָגיזמען: שוין הונדערט יאָר דרוקן מיר, קריטיקער, די זעלבע טענה!

לויט אַ גיכן „אַנאַליז‟ פֿון בלויז איין זײַט פֿונעם ווערטערבוך, שאַץ איך אָפּ, אַז בלויז 7% פֿונעם ווערטער־אוצר באַשטייט דאָרט פֿון נעאָלאָגיזמען. דאָס איז מסתּמא אַ גרעסערער פּראָצענט ווי אין אַלע פֿריִערדיקע ווערטערביכער, און בײַם בלעטערן די זײַטן וואַרפֿן זיי זיך טאַקע אין די אויגן. אָבער מע דאַרף האַלטן אין זינען, אַז דער רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין באַשטייט פֿון אַלטע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס זײַנען כּשר לכל־הדעות.

דערצו זײַנען אַ סך פֿון די נעאָלאָגיזמען דווקא געראָטענע, געשאַפֿן מיט חן און חכמה (און אָפֿט מיט אַליטעראַציע). דאַרף מען וויסן אָפּצושאַצן די גרויסע שעפֿערישע, אַפֿילו קינסטלערישע אַרבעט, וואָס שעכטער און די רעדאַקטאָרן האָבן אַרײַנגעלייגט אין דעם ווערק. עס קומט זיי אַלע אַ גרויסער יישר־כּוח פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, אַז עס לאָזט זיך ניט אויסדריקן אין ווערטער.

אַ דאַנק אײַך פֿון אונדזער גאַנצער ייִדיש־וועלט! און ספּעציעל פֿון אונדזער קליינעם שבֿט ייִדישע שרײַבער! אַ דאַנק אײַך, איז אונדזער אַרבעט געוואָרן אַ סך גרינגער און (לאָמיר האָפֿן, כאָטש אַ ביסל) בעסער. כּדי די לייענער זאָלן אַליין קענען אָפּשאַצן דאָס דאָזיקע מײַסטערווערק, דאַרפֿן זיי קודם עס זען מיט די אייגענע אויגן. איר קענט עס קריגן דאָ: //www.leagueforyiddish.org/verterbukh.html