(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ביז דער רוסישער רעװאָלוציע, האַלט שאַליט, „די ליטװישע ייִדן, אַזױ װי די איבעריקע ייִדן אין רוסלאַנד, האָבן תּמיד געשטרעבט צו גלײַך־ און פֿולבאַרעכטיקונג, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַרבונדן מיט דער גרױסער רוסלאַנד דורך טױזנטער פֿעדים און בלײַבנדיק אַלע מאָל שטאַרק קעגן דער רוסישער רעגירונג; זײַנען זײ תּמיד געװען, ניט קוקנדיק אױף די פֿאַרפֿאָלגונגען, פֿאַר דער גאַנצקײט און שטאַרקײט פֿון דער רוסלענדישער מלוכה. אַזאַ לאָקאַלער פּאַטריאָטיזם, װי דאָס איז אַלע מאָל געװען בולט קענטיק בײַ די ליטװינער, בעלאָרוסן און פּאָליאַקן, איז בײַ די ליטװישע ייִדן קײן מאָל ניט געװען.‟ די מלחמה האָט די ליטװישע ייִדן „אַ שטופּ געגעבן […] צו געבן אַ קלער װעגן דעם קומעדיקן גורל פֿון ליטע‟. אינעם נײַעם פּאָליטישן מצבֿ האָט דער באַגריף פֿון דער קולטורעל־נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע באַקומען אַ גרױסן חשיבֿות. ייִדן האָבן געדאַרפֿט דערװײַזן צו זײערע שכנים אַז זײ זײַנען „הײמישע בירגער‟ אינעם לאַנד בײַגלײַך מיט די ליטװינער, בעלאָרוסן און פּאָליאַקן.
דער „פּנקס‟, דער „װילנער זאַמלבוך‟, די פֿילצאָליקע צײַטשריפֿטן און זכרונות האָבן געשאַפֿן אַ פּרטימדיק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן בעת און נאָך דער מלחמה. בסך־הכּל האָט זיך די מאַכט אין װילנע געביטן נײַן מאָל אין משך פֿון אַכט יאָר צװישן 1914 און 1922. יעדעס מאָל האָבן די פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה געדאַרפֿט פֿאַרטײדיקן אינטערעסן פֿון זײער באַפֿעלקערונג קעגן כּלערלײ מינים דיסקרימינאַציע און אומיושר. צום סוף פֿון דער מלחמה זײַנען די װילנער ייִדן געװען שטאַרק פֿאַראָרעמט און דעפּרימירט. און ניט געקוקט אױף דעם, דערקלערן די מחברים פֿון „פּנקס‟, האָבן אָט די אַלע פּורעניות פֿאַרשטאַרקט דעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײַן פֿון די ייִדישע מאַסן.
די דאָזיקע אױסטײַטשונג פֿון דער מלחמה האָט דערמעגלעכט דער װילנער ייִדישער אינטעליגענץ פֿאָרצושטעלן זיך װי די מדריכים, װאָס האָבן אַרױסגעפֿירט דעם װילנער ייִדנטום אױף אַ נײַעם מאָדערנעם דרך. זײ האָבן זיך שטאָלצירט מיט דעם היסטאָרישן עבֿר פֿונעם אַלטן „ירושלים ד׳ליטא‟, אָבער אַלײן האָבן זײ געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין אָפּהיטן דעם אַלטן פֿרומען לעבנסשטײגער. זײער השׂגה פֿון ייִדישקײט איז געװען מאָדערן און װעלטלעך, ניט רעליגיעז און טראַדיציאָנעל. און אַ דאַנק זײערע באַמיִונגען האָט זיך װילנע קונה־שם געװען װי אַ צענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־קולטטור צװישן בײדע װעלט־מלחמות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.