(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווי לייזער בורקאָ גיט איבער אין דעם איצטיקן נומער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, זעצט דאָס ווערטערבוך איבער באַקאַנטע ענגלישע אויסדרוקן אויף אַן עכטן ייִדישן אופֿן. ווי זאָגט מען, למשל, I got my money’s worth? „ס׳איז מיר געווען ווערט דאָס גאַנצע געלט‟. It’s only a matter of time? „אויב נישט הײַנט איז מאָרגן‟. אָן דעם ווערטערבוך וואָלט מען זיכער פֿאַרלוירן די פּרעכטיקע ייִדישע אידיאָמען אויף אייביק.
דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ האָט אָבער נאָך אַ ציל: באַקענען דעם הײַנטיקן ייִדיש־רעדנדיקן עולם מיט נײַע ווערטער פֿאַר די מאָדערנע באַגריפֿן און אַפּאַראַטן וואָס מיר ניצן טאָג־טעגלעך אויף ענגליש, ווי, למשל, „צוגעווויניק‟ פֿאַר habit-forming אָדער „הילקע־פּילקע‟ פֿאַר softball. אַ טייל מענטשן טענהן, אַז אָט די נעאָלאָגיזמען [נײַ־געשאַפֿענע ווערטער] קלינגען געקינצלט און נישט נאַטירלעך. נו, אַוודאי ווען ס׳וואָלטן הײַנט נאָך עקזיסטירט טויזנטער ייִדיש־רעדנדיקע שטעטלעך, וואָלט דאָס פֿאָלק אַליין געקאָנט אַנטוויקלען ייִדישע ווערטער פֿאַר די זאַכן. יענע וועלט איז אָבער שוין לאַנג נישטאָ, און דערפֿאַר מוזן די שפּראַכקענער אַליין, בלית־ברירה, אָפֿט מאָל שאַפֿן די ווערטער.
וויפֿל מאָל האָב איך שוין געהערט ווי מע זאָגט וועגן אַ געוויסן נעאָלאָגיזם: „מײַן באָבע האָט אַזאַ וואָרט קיין מאָל נישט געניצט.‟ אַוודאי נישט, ווײַל מיט יאָרן צוריק האָבן די באַגריפֿן און אַפּאַראַטן נישט עקזיסטירט. אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך האָט אַ ייִד, למשל, זיך אויפֿגעוועקט צום דאַווענען, אַ דאַנק דעם שיל־קלאַפּער וואָס האָט געקלאַפּט אויפֿן לאָדן פֿון זײַן פֿענצטער; הײַנט וועקט זיך דער ייִד אויף אַ דאַנק דעם אַלאַרם אין זײַן סמאַרטפֿאָן.
איך געדענק ווען איך האָב, אין די אָנהייב 1990ער, צום ערשטן מאָל געהערט די פֿראַזע electronic mail (שפּעטער פֿאַרקירצט אויף email), און אין גיכן נאָך דעם האָט עמעצער צוגעטראַכט אַ ייִדיש וואָרט דערפֿאַר: „בליצפּאָסט‟. לכתּחילה האָבן מענטשן געלאַכט ווען זיי האָבן דערהערט דעם נעאָלאָגיזם, אָבער מע האָט עס פֿאָרט אָנגעהויבן ניצן ווײַל מ׳האָט געדאַרפֿט אַ וואָרט דערפֿאַר, און דאָס וואָרט „בליצפּאָסט‟ האָט אַ געוויסן חן.
און אַזוי דאַרף זײַן. כּדי אַ שפּראַך זאָל בלײַבן לעבן, מוז זי כּסדר צוגעבן נײַע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס שפּיגלען אָפּ דעם שטענדיק טוישנדיקן לעבן־שטייגער פֿון די באַניצער.
דערפֿאַר פֿאַרשטיי איך טאַקע נישט די טענות פֿון דער אַנטי־נעאָלאָגיזם גוואַרדיע. ס׳האַלטן דאָך אין איין צוקומען נײַע ווערטער אין דער לאַנדשפּראַך, און קיינער באַקלאָגט זיך נישט וועגן דעם. מיט וואָס איז ייִדיש ווייניקער חשובֿ? זאָלן מיר פּשוט אַרײַננעמען די אַלע ענגלישע ווערטער אין ייִדיש? מיט אַנדערע ווערטער — פֿאַרפֿלייצן דאָס ייִדישע לשון מיט ענגליש? אויב יאָ, איז נישט קיין ספֿק, אַז אין עטלעכע דורות אַרום וועט די ייִדישע שפּראַך אונטערגיין — אַפֿילו בײַ די חסידים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.