אַחוץ די ייִדן, וואָס וווינען אין די חסידישע ניו־יאָרקער שטעטלעך קרית־יואל און ניו־סקווער, אָדער אין מאה־שערים, ירושלים, ווייסן ווייניק ייִדיש־רעדער הײַנט דעם טעם פֿון זיך אויסלעבן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה.
ווען איך בין געווען אַ קליין קינד אין ברוקלין אין די אָנהייב 1960ער יאָרן, האָט דער טאַטע אויסגעזוכט דווקא די ייִדיש־רעדנדיקע הענדלער און בעלי־מלאכה — ערשטנס, צו גיבן זיי אַ ביסל פּרנסה, און צווייטנס, כּדי אַרײַנצוכאַפּן אַ ייִדיש וואָרט. ס׳דערמאָנט זיך מיר אַ שוסטער אויף פּענסילווייניע עוועניו, וואָס האָט געהייסן גלעזל (מיט „שוסטער‟ מיין איך נישט אַ מענטש וואָס מאַכט שיך, נאָר איינער וואָס פֿאַרריכט זיי). איין בילד שטייט מיר נאָך פֿאַר די אויגן: די מאַמע ווײַזט דעם שוסטער אַ פּאָר אויסגעטראָגענע שיך און פֿרעגט, אויף ייִדיש, צי ער קען זיי פֿאַרריכטן, און ער ענטפֿערט אויף אירע שאלות, נאַשנדיק פֿון אַ געבאַקענעם קאַרטאָפֿל, וואָס ער האַלט אין זײַנע הענט.
מיר האָט עס אַלץ אויסגעזען אויסטערליש: ווער עסט דען אַ קאַרטאָפֿל, שטייענדיקערהייט, אָן אַ טעלער מיט גאָפּל־מעסער? ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סײַ אין די גאַסן אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן, סײַ אויפֿן „איסט סײַד‟ אין מאַנהעטן ביז אין די 1940ער, האָבן פּעדלערס פֿאַרקויפֿט הייסע געקאָכטע קאַרטאָפֿל צו די פֿאַרבײַגייער, און מע האָט עס טאַקע געגעסן, גייענדיק אויף דער גאַס. די גאַנצע סצענע — ווי אַ ייִדיש־רעדנדיקער שוסטער עסט אַ קאַרטאָפֿל מיט די הענט — איז געווען איינע פֿון מײַנע זעלטענע עקסקורסיעס דורך אַ מין „צײַטמאַשין‟, וואָס האָט מיך, כאָטש אויף פֿינף מינוט, צוריקגעשיקט צו אַן אַמאָליקער צײַט און אָרט אין מיזרח־אייראָפּע, ווען מיליאָנען ייִדן האָבן זיך אויסגעלעבט טאָג־אײַן טאָג־אויס אין זייער באַשיידן ייִדיש־רעדנדיק וועלטעלע.
די פֿון אונדז וואָס בענקען עד־היום נאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה קענען טאַקע פֿאַרברענגען זעקס טעג אויף אַן אָרגאַניזירטער אונטערנעמונג ווי די „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟ — אָבער וואָס טוט מען אַ גאַנץ יאָר, ווען מע לעבט אין אַן ענגליש־רעדנדיקער (אָדער פֿראַנצייזיש־, שפּאַניש־, העברעיִש־רעדנדיקער, אאַז”וו) געזעלשאַפֿט? טוט מען דאָס בעסטע וואָס מע קען: פֿאָרנדיק אין דער באַן לייענט מען אַ ביכל אָדער זשורנאַל אויף ייִדיש. מע באַזוכט ייִדיש־רעדנדיקע אַלטע לײַט אין אַן אָרטיקן מושבֿ־זקנים. מע קוקט אויף אַלטע ייִדישע פֿילמען.
ס׳איז אויך פֿאַראַן נאָך אַ מיטל אַרײַנצוברענגען אַ ייִדיש וואָרט אין שטוב: זיך אײַנצושאַפֿן אַ געראָטן ייִדיש ווערטערבוך. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר זענען, צום גליק, פּובליקירט געוואָרן עטלעכע אויסגעצייכנטע ווערטערביכער. צווישן זיי: דאָס „ייִדיש־פֿראַנצײזישע װערטערבוך‟ פֿון יצחק ניבאָרסקי און בערל װײַסבראָט; דאָס „ווערטערבוך פון לשון קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש‟ פֿון ניבאָרסקי און שמעון נויבערג; דאָס „אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ פֿון שלום ביינפֿעלד און חיים באָכנער, און איצט — דאָס „אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟, רעדאַקטירט פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, ד״ר הערשל גלעזער און ד״ר חווה לאַפּין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.