וווּ איז אַהינגעקומען מײַן ארץ־ישׂראל?

Where Did My Israel Go?


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 26, 2016, issue of June 25, 2016.

ווי נאָר מ׳שטײַגט אײַן אין „אל־על‟ עראָפּלאַן, דערפֿילט מען זיך גלײַך אין דער היים.

די סטואַרדקע גייט אַרום פֿון פּאַסאַזשיר צו פּאַסאַזשיר און פֿרעגט אויף ענגליש: „האַו אַר יו?‟ [וואָס מאַכט איר?] און אַלע ענטפֿערן „פֿײַן!” אחוץ מיר; איך פֿרעג זי: „ענד האַו אַר יו?‟ [און וואָס מאַכט איר?] בלײַבט זי שטיין געפּלעפֿט און ענטפֿערט: „אין די אַכצן יאָר, וואָס איך בין אַ סטואַרדקע אין ׳אל־על׳ האָט מיך נאָך קיינער נישט געפֿרעגט וואָס איך מאַך!‟

די טעג האָב איך, נאָך אַ הפֿסקה פֿון איבער דרײַסיק יאָר, זיך אונטערגענומען אומצוקערן זיך אין לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות, אָבער דאָס מאָל האָב איך די אָבֿות נישט געפֿונען. אַנשטאָט דעם האָב איך אַרומגעבלאָנקעט איבער די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און געפֿונען… ניו־יאָרק און מיאַמי. ריזיקע וואָלקן־קראַצערס האָבן מיר פֿאַרשטעלט דעם ייִדישן הימל, קאַפֿעען געפּאַקט מיט יונגוואַרג, אייניקע פֿון זיי טאַטויִרט, מיט אויפֿשריפֿטן אויף דער הויט פֿון הענט ביז די פֿיס, מיידלעך מיט צעפֿליקטע „דזשינס‟־הויזן; געפּאַקטע רעסטאָראַנען, יונגע מאַמעס מיט וווּזיקלעך (baby carriages) און הינטלעך גרויס און קליין פֿון אַלע מינים. כּמעט אַ יעדערער מיט קליינע טעלעפֿאָנדלעך, מ׳באַטשקעט אויף וואָס די וועלט שטייט.

נישט געקוקט אויף דעם אַלעם האָב איך באַמערקט ווי פֿרידלעך תּל־אָבֿיבֿ זעט אויס, גאָרנישט ווי מ׳שרעקט זיך אין אַמעריקע וועגן דעם מצבֿ אין ישׂראל. גיי ווייס, אַז מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער וועט געשען אַ טעראָר־אַקט טאַקע לעבן אַן אָרט װאָס מיר האָבן אָפֿט באַזוכט בעת אונדזער װיזיט. און נאָכן אַטאַק האָט זיך ווידער אַלץ אײַנגעשטילט, און די גאַסן מיט די רעסטאָראַנען זײַנען ווידעראַמאָל געווען באַלאַגערט מיט יונגוואַרג.

געקומען בין איך אַהער צוליב דער אויפֿפֿירונג פֿון מײַן מוזיקאַלישער פּיעסע אויף ייִדיש „לידער פֿון גן־עדן‟, וואָס דזשאָו פּאַפּ האָט אין 1989 פּראָדוצירט און אויפֿגעפֿירט אין זײַן „שעקספּיר פֿעסטיוואַל און פּאַבליק־טעאַטער‟ אין ניו־יאָרק מיט גרויס דערפֿאָלג. דאָס „ייִדישפּיל‟ טעאַטער האָט זיך אונטערגענומען צו פּראָדוצירן און פֿאַרשפּרייטן די פֿאָרשטעלונג איבערן גאַנצן לאַנד.

מיטן ייִדישן טעאַטער פֿירט אָן שׂשׂי קשת, שוין אַ דריטער דור ישׂראלדיקער קינסטלער; ליגט הײַנט־צו־טאָג די ייִדיש־ייִדישע טעאַטער־קונסט אין זײַנע הענט. איז לאָמיר האָפֿן, אַז שׂשׂי קשת בעצמו ובכבֿודו, וועט האַלטן אַן אויג אויף אונדזער ייִדיש־ייִדישן טעאַטער אוצר, עס פּרעזערווירן און געבן עס סטאַזש.

אַ פֿרימאָרגן פֿאַר אונדזער אָפּפֿליִען אַהיים האָט זיך פּלוצעם באַוויזן אַ בחורטע מיטן נאָמען אַיאַ קאַפּלאַן און אונדז אָפּגעזוכט אינעם „הבימה‟ קאַפֿע־הויז, וווּ מיר האָבן געפֿרישטיקט. די דאַמע איז יונג און שיין, ממש געראָטן אויף אַלע נאָטן. איר מיטאַרבעט מיט שׂשׂי קשת האָט אונדז ממש דערפֿרייט, און דערצו קאָלאַבאָרירט זי מיט יהושוע סאָבאָלן אויף ייִדישער דראַמאַטורגיע. זי אַליין איז אַ דראַמאַטורגין, אַ רעזשיסאָרין, קען ייִדיש, און דער עיקר — זי פֿאַרשטייט זיך אויף ייִדישער טעאַטער־קונסט. ממש אַ פֿריש ווינטל אין אַ בין־השמשות.

דער עלטערער דור ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, אַ סך פֿון זיי — געראַטעוועטע פֿון חורבן, האָבן שוין אָפּגעדאַנקט און אַוועק אין דער אייביקייט. דער צווייטער און דריטער דור האָט כּמעט קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַ שפּראַך, וואָס הייסט ייִדיש און אַז מיליאָנען ייִדן האָבן אַמאָל טאַקע גערעדט, געזונגען, געלאַכט און געוויינט אויף דער ייִדישער שפּראַך, נאָך איידער העברעיִש איז אויפֿגעלעבט געוואָרן.

קודם האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין אַרבעטער־רינג אין ישׂראל — „ברית העבֿודה‟, אויף קאַלישער 48, וווּ יצחק לודען האָט אַמאָל געפֿירט די מלוכה, געווען רעדאַקטער פֿון „לעבנספֿראַגן‟, אָנגעפֿירט מיט ייִדישע פֿאָרלעזונגען, קאָנצערטן און אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן האָב איך אַלײן דאָרט אָנגעפֿירט צווישן די יאָרן 1975 און 1978 מיט אַ ייִדישן קינדער־קלאַס, ווו איך האָב געשטעלט מיט זיי מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, צווישן זיי — „אַלף אַבֿרהמל‟, „ליאַלקעס‟ און אַ סעריע ייִדישע איבערזעצונגען פֿון ד״ר סוס׳ קינדערביכלעך.

הײַנט האַלטן מיר שוין בײַ דעם יאָרגאַנג 2016, האָט מיך געפֿרייט, אַז קאַלישער 48 שטייט נאָך אויפֿן זעלבן אָרט, די טעגלעכע אַרבעט פֿירט בעלאַ בריקס־קלײַן. זי איז אַ זשוואַווע ייִדענע, רעלאַטיוו יונג, ענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן, פּלאַנירט מיט יצחק לודענען די קומענדיקע „וואָס? ווען? וווּ?‟. מיט איין וואָרט, נישט נאָר לעבט זי איבער די גרויסע ענדערונגען בנוגע דעם ייִדישן מצבֿ אין ישׂראל, נאָר אויך בנוגע דעם בנין, און אַחוץ דעם — די ייִדיש־לאַגע אין לאַנד בכלל.