רעצענזיע: „לידער פֿון גן־עדן‟

Review: "Songs of Paradise"


פֿון לייבל רויטמאַן

Published June 29, 2016, issue of June 25, 2016.

„לידער פֿון גן־עדן‟
דורכגעפֿירט דורכן „ייִדישפּיל־טעאַטער‟
פּיעסע אויפֿן סמך פֿון איציק מאַנגערס „חומש־לידער‟
מחברים: מרים האָפֿמאַן און רינע בערקאָוויטש־באָראָ
רעזשי: אַבֿי האָפֿמאַן


די טעג איז אין ישׂראל אַ תּקופֿה פֿון סיום־מסיבות. אוניווערסיטעטן, גימנאַזיעס, מיטלשולן — אַלע פֿרייען זיך מיטן זוניקן זומער, מיט זאַמדיקע, אָנגעשטעקטע מיט קאַפֿע־הײַזער פּלאַזשעס, וואַרעמען ים, און, פֿאַרשטייט זיך, מיטן פֿאַרענדיקן דאָס לערן־יאָר און פֿֿריילעכע ליאַמעס.

אונדזערע ייִדיש־קורסן אין „בית שלום־עליכם‟ זענען זענען ניט קיין אויסנאַם. די סטודענטן פּראַווען פֿריילעכע אָוונטן, דעקן לאַנגע טישן מיט יום־טובֿדיקע טישטעכער און שטעלן אַרויס אַלע מטעמים: עטלעכע סאָרטן הערינג, געהאַקטע לעבער, קוגל און פּירות פֿון מיטלענדישן לעוואַנטישן באָדן. און וועגן זינגען ייִדישע לידער און רעדן וועגן גורל פֿון דער ייִדישער שפּראַך איז בכלל אָפּגערעדט. בעת איינער פֿון די ליאַמעס לעצטנס האָבן מיר באַרירט אַן אינטערעסאַנטן ענין: די אייגנאַרטיקייט פֿון ישׂראלדיקע ייִדיש־סטודענטן. פֿון איין זײַט איז דאָס געבוי פֿון דער שפּראַך, וואָס געהערט צו אַ גערמאַנישער שפּראַכגרופּע, אַ ביסל דומפּיק פֿאר העברעיִש־רעדנדיקע, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט, ממש אַ מחיה: די זעלבע אותיות, די זעלבע טראַדיציעס. דער לערער דאַרף נישט דערקלערן די ישׂראלדיקע סטודענטן וואָס איז פּורים, ווער איז אליהו הנבֿיא און וווּ געפֿינט זיך די מערת המכפּלה.

פֿונעם זעלבן ענין האָב איך זיך דערמאָנט בײַם זען לעצטנס „לידער פֿון גן־עדן‟ אינעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער.

די פּיעסע האָט שוין געהאַט אַ גרויסע הצלחה אין 1989. דאַן האָט עס אויפֿגעשטעלט אין ניו־יאָרק דער באַרימטער אַמעריקאַנער פּראָדוסער דזשאָזעף פּאַפּ.

די מחברטעס מרים האָפֿמאַן און רענע בערקאָוויטש־באָראָ האָבן גענומען איציק מאַנגערס „חומש־לידער‟ און געשאַפֿן אַ מאָדערנע פּיעסע. די גרופּע יונגע חבֿרה דערציילט אויף אַ פֿאַרווײַלנדיקן אופֿן די מעשׂה־בראשית און טוען עס אויפֿן סמך פֿון מעלאָדישע לידער, פֿײַערדיקע טענץ און פֿילפֿאַרביקע עקזאָטישע קאָסטיומען. אָט ,למשל, לייענט ווי אָדם הראשון (יהונתן ראָזען) פֿאָרשט אויס זײַן פּלוניתטע חווה (הילי דײַטש־שני):

„וווּ ביסטו געווען, עוואַ מײַן ווײַב,
וווּ ביסטו געווען, מײַן קינד?‟
„איך בין געווען אין דער פֿלוימען אַליי
און געפּלוידערט מיטן ווינט.‟

ביידע זענען אָנגעטאָן אין פֿילפֿאַרביקע ציצענע קליידער, אויפֿגענייטע פֿון דער קאָסטיומען־קינסטלערין עסטעלע וואָראָנקאָוויטש און זעען אויס ווי אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס פֿאַרברענגט די וואַקאַציעס אין רעוויערע. זיי שטעקן אָן דעם עולם מיט זייער התלהבֿותדיק געזאַנג (מוזיק: ראָזאַלי גערוט).

די מוטער שׂרה (מאָניקע וואַרדימאָן) מאַטערט אַבֿרהם אָבֿינו (אַנדריי קאַשקער) מיט דער שטענדיקער פֿראַגע:

„אַוורעמל, ווען וועלן מיר האָבן אַ קינד?
מיר זענען ביידע שוין אַלטע לײַט.‟

און אירמע סטעפּאַנאָוו, אין דער ראָלע פֿון הגר, באַצויבערט ניט בלויז אבֿרהמען, נאָר דעם גאנצן עולם מיט איר עקזאָטישער שיינקייט און גראַציעזע מזרחדיקע טענץ.

די איינע טראַגעדיע פֿון דער פּרשה — הבֿלס מאָרד — האָט רירנדיק אויסגעשפּילט דער דרײַלינג, די מוטער חוה (רונית אשרי), קין (ניבֿ שפֿיר) און הבֿל (אמיתי קידר), כאָטש אין אַלגעמיין הערשט אויף דער בינע די אַטמאָספֿער פֿון פֿרייד און אַ גוט געמיט.

בכלל, געהערט די גאַנצע פֿאָרשטעלונג צו די יונגע אַקטיאָרן. יעדער איינער פֿון זיי שפּילט עטלעכע ראָלעס מיט אַ מאָל, און אין אַ געוויסן מאָמענט נעמען זיי פֿון זיך אַראָפּ די מאַסקעס פֿון באַשטימטע פּערסאָנאַזשן און לאָזן זיך אין אַ בשותּפֿותדיקן טענצל. די אָנטיילנעמער פֿון דעם ספּעקטאַקל דעמאָנסטרירן זייער ערשטקלאַסישע הויכע מײַסטערשאַפֿט. אין ישׂראל, וווּ עס זענען פֿאַראַן אַ סך (און אַפֿילו צו פֿיל) קאָלעקטיוון, וואָס האָבן אַ מאָל פּרעטענזיעס, און אַ מאָל די חוצפּה צו רעפּרעזענטירן די ייִדישע מוזיק, ייִדיש ליד און ייִדישן פֿאָלקלאָר, איז דער „ייִדישפּיל‟־אַנסאַמבל דער בעסטער אינטערפּרעטאַטאָר פֿון ייִדישע לידער אַ דאַנק זייער מוזיקאַלישקייט, גראַציעזקייט און אמתער ייִדישקייט. נישט תּמיד בין איך אַזאַ פֿאַרגינער צו פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש, נאָר „ייִדישפּיל‟ האָט שוין נישט איין מאָל באַוויזן זײַן עכטע פֿעיִקײט צום מוזיקאַלישן טעאַטער.

אָבער צום גרויסן באַדויער האָט דער רעזשיסער ניט באַמערקט, אַז דער ישׂראלדיקער טעאַטער־עולם איז פּונקט אַזאַ ווי די ישׂראלדיקע ייִדיש־סטודענטן. מען דאַרף ניט מיט אים לערנען אלף־בית און דערקלערן זיי „וואָס איז חנוכּה‟. צו אָפֿט האָט זיך געלאָזט פֿון דער בינע אַ מלמדישער טאָן, ווי מע רעדט פֿון אויבן אַראָפּ, כאָטש ס’איז קלאָר, אַז אין זאַל זיצן נישט קיין קליינע קינדער, נאָר באַיאָרטע לײַט (פֿאָרט אַ ייִדישער טעאַטער).

אַקטיאָרן זענען ניט שולדיק, וואָס זייער רעזשיסיאָר האָט פֿאַרגעסן וווּ ער געפֿינט זיך און נישט געמאַכט די פּאַסיקע ענדערונג פֿאַרן ישׂראלדיקן באָדן. איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַז זייער ליבע צו דעם, וואָס זיי טוען אויף דער בינע האָט געראַטעוועט די סיטואַציע. מען דאַרף עס גוט געדענקען, אַז אין דער תּקופֿה פֿון דער אַלוועלטלעכער אינטעגראַציע, ווערט דער ייִדישער טעאַטער, פֿאַרקערט, מער לאָקאַל. די אייגנאַרטיקייט טאָר מען נישט פֿאַרלירן ווײַל אויב יאָ, וועט אַרויסקומען אַ טיפּישער Made in China קוואַליטעט.

דער רעזשיסאָר זאָגט אַליין, אַז בײַ אים איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו ברענגען איציק מאַנגערן „אַהיים‟, אָבער וואָס טוען מיר ווען מיר קומען צוריק אַהיים נאָכן לאַנגן גלות אין די ווײַטע לענדער? מיר טוען אָן אונדזערע היימישע בגדים, היימישע שטעקשיך און נעמען אַראָפּ פֿון דער ביכער-פּאָליצע דאָס באַליבסטע בוך, וואָס מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געהאַט געלייענט אויף אונדזער מוטער־שפּראַך.

אויף דער לעצטער פֿאָרשטעלונג האָב איך אַזאַ בוך ניט געפֿונען. איז אפֿשר אַן אַנדער מאָל.