צוויי אופֿנים אָפּצומערקן דעם חורבן

Two Ways of Remembering the Holocaust

דאָס אָרט וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען די לאָדזשער הויפּטשיל, איידער זי איז צעשטערט געוואָרן פֿון די נאַציס
דאָס אָרט וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען די לאָדזשער הויפּטשיל, איידער זי איז צעשטערט געוואָרן פֿון די נאַציס

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published July 03, 2016, issue of June 25, 2016.

פֿאַרן חורבן האָבן לאָדזש און וואַרשע פֿאַרמאָגט פּרעכטיקע גרױסע חױפּט־שילן אױף די סאַמע צענטראַלע גאַסן פֿון די שטעט, װאָס האָבן פֿאַרקערפּערט דעם שטאָלץ און עשירות פֿון דער פּױליש־ייִדישער בורזשואַזיע.

די נאַציסטן האָבן חרובֿ געמאַכט בײדע שילן, און די ערטער װוּ זײ זײַנען געשטאַנען, זײַנען פֿאַרבליבן פּוסט און פֿאַרװאָרפֿן. בעת דעם עקאָנאָמישן בום נאָכן סוף פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים אין פּױלן האָט מען אױפֿגעבױט אַ גרױסן װאָלקן־קראַצער אױפֿן אָרט פֿון דער שיל אױף דער אַמאָליקער טלאָמאַצקע־גאַס. אין לאָדזש אָבער, װאָס איז קױם באַטראָפֿן געװאָרן דורכן עקאָנאָמישן אױפֿשװוּנג, פֿאַרבלײַבט דאָס אָרט פֿון דער גרױסער שיל עד־היום פּוסט, און מען נוצט עס פֿאַר אַ פּאַרקירפֿעלד. אױף דער װאַנט פֿונעם שכנישן חױז הענגט אַ ריזיקער בילד פֿון דער אַמאָליקער שיל, מיט אַן אױפֿשריפֿט: „דער זכּרון פֿון לאָדזש‟. אין װאַרשע איז קײן סימן זכר פֿון דער אַמאָליקער שיל אין ערגעץ ניטאָ.

דער בולטער חילוק צװישן װאַרשע, װאָס איז אױפֿגעבױט געװאָרן פֿון דאָס נײַ אױף די חורבֿות, און לאָדזש, װאָס האָט זיך אָפּגעהיט נאָך דער מלחמה גאַנץ גוט, דערװײַזט צװײ באַציִונגען צו דעם אָנדענק נאָך דעם ייִדישן חורבן. די הײַנטצײַטיקע קאַפּיטאַליסטישע װירטשאַפֿט קאָן ניט פֿאַרגינען פּוסטע ערטער און סטאַרעט זיך אױסצופֿילן זײ מיט ניצלעכע אָביעקטן, װאָס ברענגען רװח. בלױזן אין דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט טײַטשט מען אױס װי סימנים פֿון דער עקאָנאָמישער ירידה.

אָבער װען עס קומט צו דער געשיכטע, שרײַען אַזעלכע בלױזע ערטער העכער פֿון מאָנומענטן. זײ זײַנען אָפֿענע װוּנדן, היסטאָרישע גבֿיות־עדותן, װאָס לאָזן זיך ניט הײלן און פֿאַרדעקן. אין דעם זין איז לאָדזש מער אױפֿריכטיק אײדער װאַרשע.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זיך אין װאַרשע געעפֿנט אַ שפּאָגל־נײַער ייִדישער מוזײ „פּולין‟, װאָס איז אָקערשט אָנערקענט געװאָרן װי דער בעסטער מוזײ אין אײראָפּע. די אױסשטעלונג מאַכט טאַקע אַ שטאַרקן רושם. אַפֿילו װען מען פֿאַרברענגט דאָרט אַ גאַנצן טאָג, איז מען ניט בכּוח צו באַקענען זיך מיט דער אױסשטעלונג װי געהעריק. דער מוזײ „פּולין‟ געפֿינט זיך אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם אַמאָליקן װאַרשעװער געטאָ, גלײַך בײַם באַרימטן מאָנומענט פֿון נתן ראַפּאָפּאָרט. די געבײַדע פֿונעם מוזײ איז בכּיװן געפֿורעמט אַזױ, אַז זי זאָל ניט האָבן קײן בפֿירושע ייִדישע רמזים. און דװקא דערפֿאַר פּאַסט זיך די געבײַדע גוט אַרײַן אין דער אַרומיקער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט. נאָך דער מלחמה האָט מען אין גאַנצן איבערגעבױט די געגנט פֿונעם געטאָ. אַפֿילו די גאַסן האָט מען פֿאַרלײגט פֿון דאָס נײַ. זײ לױפֿן גראָדליניק צװישן גרױע בלאָקן פֿון דירות־הײַזער.