די לעצטע פּראָדוקציע זײַנע: אַנ־סקיס „דיבוק‟. דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער שפּילט אויך דעם „דיבוק‟ און דווקא מיט גרויס דערפאָלג. נאָר וואָס זשע? דער וואַרשעווער „דיבוק‟ איז לויט אַנ־סקין און נישט פֿון אַנ־סקין. נאָך אַ זאַך: דער וואַרשעווער „דיבוק‟ ווערט געשפּילט אויף פּויליש. דער רומענישער „דיבוק‟ — אויף ייִדיש. דער רומענישער רעזשיסאָר איז קריס סימאָן מערקוריאַן און די מוזיק ווערט געשפּילט, ווי מען זאָגט עס אויף ענגליש, „לײַוו‟, דאָס מיינט אַז די בוקאַרעשטער כּלי־זמר באַגלײטן די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.
די וועלט־באַרימטע אַקטריסע און דירעקטאָרין פֿונעם רומענישן מלוכישן טעאַטער, מאַיאַ מאָרגנשטערן, שפּילט די ראָלע פון לאהלעס מומע. נישט קיין קליינע ראָלע. לאהלע אין אַנ־סקיס טעקסט איז אַ יתומה און די מומע איז געווען כּמעט ווי איר מאַמע.
ווי מיר ווייסן איז שווער צו זײַן אַ ייִד אָבער ס׳איז נאָך שווערער צו זײַן אַ ייִדישער דראַמאַטורג. כּל־זמן אַנ־סקי און שלום־עליכם האָבן געלעבט האָבן אונדזערע ייִדישע טעאַטערס נישט געוואָלט שפּילן ניט „טובֿיה דער מילכיקער‟ און ניט דעם „דיבוק‟.
שלום־עליכם און אַנ־סקי זענען ביידע געשטאָרבן פֿון קראַנקײט און עגמת־נפֿש אין עלטער פֿון 57 יאָר. איצט, נאָך זייער טויט, האָבן ביידע, נעבעך, אַ געוואַלדיקן דערפֿאָלג.
נישט נאָר וואַרשע און בוקאַרעשט, אַפֿילו דער „ייִדישפּיל טעאַטער‟ אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט דעם „דיבוק‟ די טעג. דאָ מוז מען אָבער צוגעבן אַז בשעת אין בוקאַרעשט שפּילט מען דעם „דיבוק‟, איז מען אין תּל־אָבֿיבֿ יוצא מיט אַ מין וואָרט-קאָנצערט. דאָס, אגבֿ, שטערט נישט דעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר צו געבן זײַן פּירוש רש״י צום טעקסט, ווי דער מינהג איז ביי רעזשיסאָרן. ער גיט אונדז צו פֿאַרשטיין אַז דער „דיבוק‟ איז לא היה אלא משל היה, נישט סתּם אַ משל נאָר אַן אַלעגאָריע פֿאַרן מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ערבֿ דער צווייטער וועלט מלחמה. זאָל זײַן אַזוי.
דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע איז געוואָרן אַ בית־ועד לחכמים — אַן אָרט וווּ עס ווערן געהאַלטן לעקציעס וועגן ייִדישע טעמעס, דיסקוסיעס ווערן געפֿירט און מיינונגען ווערן אויסגעדריקט.
פּראָפֿעסאָר עריק סאַנקוויסט איז געקומען קיין וואַרשע פֿון „דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט‟, כּדי צו האַלטן אַ לעקציע וועגן דער געשיכטע פֿון דער חורבן־ליטעראַטור.
די טעמע חורבן איז אַרײַנגעדרונגען אין דער מאַסן־קולטור ערשט אין די זעכציקער יאָרן סײַ צוליב טעלעוויזיע און קינאָ־פֿילמען, סײַ צוליב דעם אײַכמאַן־משפּט. אפֿשר דערפֿאַר איז אָנגענומען געוואָרן אַז שרײַבן וועגן דעם חורבן איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט ערשט אַ דור נאָכן קריג.
פּראָפֿעסאָר סאַדקוויסט האַלט אָבער, אַז דער דאָזיקער אַנאַליז איז נישט קיין גענויער. געשריבן וועגן דעם חורבן האָט מען אויך צווישן 1945 און 1960, באַטאָנט ער.
ער איז מסתּמא גערעכט. נעמט, למשל, יאַנקל וויערניקס ביכל „אַ יאָר אין טרעבלינקע‟, וואָס איז געשריבן געוואָרן שוין אין יאָר 1944.
עס איז אמת אַז וויערניק (ווי אַ סך אַנדערע לעבן־געבליבענע) האָט נישט געוואָלט שרײַבן און רעדן וועגן זײַנע שווערע איבערלעבונגען און געהאַט אפֿילו שולדגעפֿילן וואָס ער איז ניצול געבליבן, בשעת זײַן פֿאָלק איז אומגעקומען, אָבער אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון חבֿרים האָט ער לסוף יאָ דאָקומענטירט דעם טרעבלינקע־גיהנום.
וויערניק, פֿאַרשטייט זיך, איז נישט געווען דער איינציקער. אלי וויזעל, דעמאָלט נאָך אליעזר ווײַזל, האָט אויך נישט געוואָלט שרײַבן וועגן די חורבן־יאָרן. ערשט נאָך זײַן באַגעגעניש מיטן גרויסן פֿראַנצויזישן שרײַבער פֿראַנסואַ מאָריאַק האָט ער געשריבן זײַן בוך „נאַכט‟.
יחיאל פֿיינער, אָדער לויט זיין פּסעוודאָנים — ק. צעטניק, האָט אויך דאָקומענטירט די חורבן־יאָרן אין א ריי דאָקו־ליטעראַרישע ביכער.
מען קען דערפֿאַר זאָגן אַז די חורבן־ליטעראַטור האָט יאָ עקזיסטירט אין די ערשטע יאָרן נאָכן חורבן, אָבער אַ וועלט־קולטור איז זי געוואָרן מסתּמא ערשט אין די זעכציקער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.