אין „פֿאָרווערטס‟ שרײַב איך געוויינטלעך די נײַעס־באַריכטן פֿון מאָסקווע — און איך מוז מודה זײַן, אַז צו מאָל גייט מיר שווערלעך, ווײַל איך קאָן דאָ ניט תּמיד געפֿינען קיין סך אַזעלכע ייִדישע ידיעות, זיי זאָלן זײַן אי מערקווירדיק און וויכטיק, אי אינטערעסאַנט דעם לייענער און צוהערער. דאָס מאָל איז מײַן אַרבעט אָן אַ שיעור גרינגער: הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען, און אַ יובֿל פֿון אַ גרויסן שרײַבער דערפֿירט, אַוודאי, צו מערערע קולטור־אונטערנעמונגען.
באַזונדערס וויכטיק איז שלום־עליכמס יובֿל אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל דאָ איז שלום־עליכם אַנערקענט געוואָרן ווי „דער ייִדישער שרײַבער‟ — דער הויפּט־פֿאַרטרעטער פֿון דער ייִדישער קולטור. אין פּאָסט־סאָוועטישע צײַטן האָט זיך דער צוגאַנג קוים געביטן: נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳איז הײַנט מעגלעך צו באַרירן וועלכע מע וויל ייִדישע טעמעס און פֿראַגעס, און כאָטש עס זענען ווידער אַנטשטאַנען אַקאַדעמישע ייִׅדישע לימודים, און מע האָט שוין איבערגעזעצט און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סך אַנדערע ייִדישע שרײַבער — איז אין דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַוווּסט און באַקאַנט בלויז איין ייִדישער שרײַבער: שלום־עליכם.
לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן יאָרצײַט זענען הײַיאָר אַרויס עטלעכע נומערן פֿון דער פּעטערבורגער צײַטשריפֿט „דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך אין דער ביכער־וועלט‟, און דערצו גרייט מען איצט צו אינעם גרויסן פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי אַ גרויסע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם מחבר.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 28סטן יוני ביזן 1טן יולי, איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם שרײַבער. די קאָנפֿערענץ איז אַן אויפֿטו פֿונעם „ייִׅדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ פֿון ניו־יאָרק. דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר, פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן, האָט אומיסטן אויסגעקליבן קיִעוו. אַחוץ דעם וואָס ס׳איז באַקוועם דורכצופֿירן אַ קאָנפֿערענץ אין אוקראַיִנע צוליב לאָגיסטישע סיבות און די נידעריקע פּרײַזן, האָט די שטאָט אויך אַ גרויסן באַטײַט אין קאָנטעקסט פֿון שלום־עליכמס לעבן און ווערק.
„עס שטעקט אַ היפּש ביסל סימבאָלישקייט אין דעם פֿאַקט וואָס אָט די קאָנפֿערענץ קומט פֿאָר אין קיִעוו,‟ האָט דערקלערט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן. „קיִעוו איז דאָך נישט נאָר די שטאָט וואָס איז אַזוי אינטים פֿאַרבונדן מיט שלום־עליכמס לעבן. דאָס איז אויך די שטאָט וווּ מע האָט געמאַכט גאָר ממשותדיקע בײַטראָגן צו דער שלום־עליכם־פֿאָרשונג, וואָס דינען אונדז ביז הײַנט צו טאָג ווי אַ דוגמא, וואָס פֿון זיי לערנען מיר זיך כּסדר … דאַרף אָט די קאָנפֿערענץ אויסדריקן איר אַנערקענונג צו די גרויסע פֿאַרדינסטן פֿון דעם פֿריִערדיקן דור, וואָס אויף דעם פֿונדאַמענט וואָס זיי האָבן געלייגט, קען מען שטעלן נאָך אַ גאָרן און נאָך אַ גאָרן‟.
דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני איז אין ישׂראל אויך פֿאָרגעקומען אַ שלום־עליכם קאָנפֿערענץ. אין אַן אַרטיקל וועגן יענער אונטערנעמונג, קריטיקירט דער מחבר איציק בלימאַן די שפּראַך־פּאָליטיק פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן: פֿון אַרום 30 רעפֿעראַטן זײַנען נאָר צוויי געווען אויף ייִׅדיש, אַרײַנגערעכנט זײַן אייגענעם. צום סוף שרײַבט בלימאַן: „איך שטעל זיך פֿאָר אַז אױף דער קאָנפֿערענץ, װאָס װערט אָרגאַניזירט סוף יוני אין קיִעװ, װעט רוסיש — װי באַװוּסט, די מוטערשפּראַך פֿון שלום־עליכמס קינדער — שפּילן אַ סך אַ גרעסערע ראָלע װי אױף דער ירושלימער/תּל־אָבֿיבֿער קאָנפֿערענץ, װוּ נישט קײן אײן רעדע איז געװען אױף רוסיש‟. רוסיש און ייִדיש זענען טאַקע ביידע געווען גוט רעפּרעזענטירט אויף דער איצטיקער קאָנפֿערענץ.
זײַענדיק ממשיך פּראָפֿ׳ נאָווערשטערנס ווערטער, וואָלט איך געזאָגט אַז די קאָנפֿערענץ האָט אויסגעדריקט איר אַנערקענונג, ערשטנס, שלום־עליכמען; צווייטנס, דער סאָוועטישער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, וואָס האָט געבליט אין קיִעוו אין די 20ער יאָרן, און דריטנס, דער ייִׅדישער שפּראַך. פֿינף רעפֿעראַטן זענען געווען אויף ייִדיש, וואָס האָט געהאַט אַ ציל צו באַווײַזן, אַז ייִדיש איז אַ פֿולווערטיקע אַקאַדעמישע שפּראַך: די רעדנער האָבן געקענט זיי האַלטן אויף רוסיש אָדער אויף ענגליש, אָבער האָבן אויסגעקליבן צו רעדן דווקא אויף ייִדיש. קיין מיטל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער קאָמוניקאַציע איז ייִדיש אָבער ניט געווען: אַן ערך אַ העלפֿט פֿונעם רוסיש־רעדנדיקן עולם האָט קיין ייִדיש ניט פֿאַרשטאַנען — און דערפֿאַר האָט מען באַשטעלט אַ גלײַכצײַטיקע איבערזעצונג פֿון ייִׅדיש אויף רוסיש (ווי אויך צווישן דרײַ אַנדערע שפּראַכן: ענגליש, רוסיש און אוקראַיִניש).
נאָך אַ סיבה אויסצוקלײַבן דווקא קיִעוו שטעקט אין די היגע שותּפֿים. פֿון דעם אוקראַיִנישן צד האָבן די קאָנפֿערענץ אָרגאַניזירט דער „ועד אוקראינה‟ און דער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַ איינעם פֿון די עלטסטע אוניווערסיטעטן אין אוקראַיִנע — די „קיִעווער מאָהילע אַקאַדעמיע‟. „ועד אוקראינה‟ פֿירט אין די לעצטע יאָרן אַ פֿילזײַטיקע אינטענסיווע קולטורעלע טעטיקייט: ער גיט אַרויס אַ גרעסערע צאָל ביכער, זעצט איבער ביכער פֿון ענגליש און ייִדיש, אָרגאַניזירט פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער. און כאָטש קיין ממשותדיקע בײַטראָגן צו דער שלום־עליכם־פֿאָרשונג מאַכט מען דאָ נאָך ניט, האָבן די באַמיִׅונגען פֿון די צוויי אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אין קיִעוו אַ גוטע סבֿיבֿה וואָס אין איר קענען די ייִדישע לימודים זיך אַנטוויקלען.
די רעדנער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דרײַ הויפּט־טעמעס. די ערשטע איז געווען ליטעראַרישע השפּעות אויף שלום־עליכמען. קודם־כּל, איז די רייד געגאַנגען וועגן דער השפּעה פֿון ניקאָלײַ גאָגאָל. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז דער פֿאַל, באַשריבן פֿון וואַלערי דימשיץ: צוליב ליטעראַרישע צילן, דהיינו כּדי צו ענטפֿערן אויף אַ פֿראַגע, ווי אַזוי מע דאַרף שרײַבן, ציטירט שלום־עליכם אַ בפֿירוש אַנטיסעמיטיש ווערק גאָגאָלס — זײַן ראָמאַן „טאַראַס בולבאַ‟.
צווייטנס, זענען באַטראַכט געוואָרן די איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמען אויף אַנדערע שפּראַכן: אויף ליטוויש, אוקראַיִניש און רוסיש, אַרײַנגערעכנט שלום־עליכמס אייגענע איבערזעצונגען.
די דריטע טעמע איז געווען ווי אַזוי דער עולם האָט אויפֿגענומען שלום־עליכמס ווערק, בפֿרט די אויפֿפֿירונגען פֿון זײַנע פּיעסעס און פּראָזע אין טעאַטער און קינאָ (די רייד איז געגאַנגען אויך וועגן די קינאָ־אַמביציעס פֿון שלום־עליכם גופא און זײַנע פּרוּוון צו פֿאַרוואַנדלען זײַנע ווערק אין סצענאַרן). מע האָט אויך אַרומגערעדט ווי אַזוי זײַנע ווערק און זײַן געשטאַלט זענען אויפֿגענומען געוואָרן אין דער סאָוועטישער קולטור־פּאָליטיק, אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע.
די טעמאַטישע ראַמען זענען געווען ברייט, אָבער צום באַדויערן, ניט אַרומנעמיק. עס האָבן געפֿעלט רעפֿעראַטן, וואָס וואָלטן אויסגעטײַטשט געוויסע דערציילונגען אָדער ראָמאַנען, געגעבן שליסלען צו פֿאַרשטיין זיי. ס׳איז געווען אַ רעפֿעראַט (פֿון וועלוול טשערנין), געווידמעט דער שפּראַך פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף העברעיִש, אָבער עס האָבן געפֿעלט רעפֿעראַטן, געווידמעט שפּראַכלעכע באַזונדערקייטן פֿון זײַנע ייִדישע כּתבֿים.
אַקאַדעמיש האָט די קאָנפֿערענץ אָבער אויסגעזען זייער געראָטן. עס האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן אַזעלכע קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ווי אַבֿרהם נאָווערשטערן, מיכאַיִל קרוטיקאָוו, גענאַדי עסטרײַך, וועלוול טשערנין, וואַלערי דימשיץ, בער קאָטלערמאַן, האַריעט מוראַוו, ראָלאַנד גרושקאַ און אַנדערע, און די רעפֿעראַטן זענען געהאַלטן געוואָרן אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ. אויך אינטערעסאַנט זענען געווען די דיסקוסיעס נאָך די רעפֿעראַטן און צווישן די פּאַנעלס. ס׳וועט טאַקע זײַן כּדאי צו לייענען דעם קאָנפֿערענץ־באַנד, ווען ער וועט אַרויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.