(די 2 טע זײַט פֿון 3)
כ׳האָב געבעטן אַ פֿרײַנדינע, אויך אַ שדכנטע אויף „זיווג“, זי זאָל אים דערציילן וועגן מיר. ער האָט זיך געלעקט די פֿינגער און איך האָב זיך געפֿרייט. הערט נאָר ווי איך האָב זיך טועה געווען.
ווען שמעון, אַזוי האָט ער געהייסן, האָט מיר געקלונגען האָב איך זיך באַלד פֿאַרליבט אין זײַן קול — אַזוי טיף און מאַנצביליש. די באַקן האָבן בײַ מיר געפֿלאַמט. דער קול האָט עפּעס אין מיר דערוועקט און איך האָב נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען וואָס גייט אָן מיט מיר. כ׳האָב געהערט וואָס ער רעדט און געענטפֿערט מאָנאָסילאַביש, ווײַל כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אונטער וואַסער. כ׳האָב נאָר געוואָלט ער זאָל נישט אויפֿהערן רעדן. אפֿשר ווער איך קראַנק? האָב איך געטראַכט ווײַל איך האָב געהערט ווי איך סאָפּע. זײַן קול האָט מיך פֿאַרכּישופֿט. „דערצייל מיר אַלץ וועגן זיך,“ האָב איך קוים אַרויסגעקוועטשט.
קיין צווייט מאָל האָב איך נישט געדאַרפֿט בעטן. און ער האָט מיר דערציילט ווי די מאַמע זײַנע איז געשטאָרבן אין קימפּעט, האָט די באָבע אים אויפֿגעהאָדעוועט. אָבער זי איז שוין געווען אַ ביסל עובֿר־בטל און זי האָט אים מורא געהאַט אָנצורירן. ווען ער האָט געוויינט האָט זי אים געגעבן אַ פֿלעשל פּראָשיק־מילך, און דאָס איז אים שווער געווען צו פֿאַרדײען. זי האָט אים נישט איבערגעלייגט, האָט ער נאָך העכער געקוויטשעט. דער טאַטע זײַנער איז געגאַנגען צו דער אַרבעט, האָט ער זיך נישט באַלד געכאַפּט וואָס גייט דאָ אָן. ווען די שכנים האָבן געפּרוּווט אַרײַנקומען בײַ טאָג האָט די בובע זיי אַרויסגעטריבן. צוויי שכנטעס זײַנען געקומען פֿאַרנאַכט ווען דער טאַטע איז שוין געווען אין דער היים און דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ גאָנצע סעריע היטערינס און ניאַנקעס.
די בעסטע ניאַנקע, וואָס ער געדענקט זי נאָך ביז הײַנטיקן טאָג, האָט אים באַרויִקט מיט באַשמירן זײַנע פֿיס מיט מאַסטש. און זי האָט געוואָלט, אַז ער זאָל איר אויך באַשמירן די פֿיס. פֿון דעם האָט זי זייער הנאה געהאַט און האָט געאָכצט און געקרעכצט אויס פֿאַרגעניגן. צום ערשט האָט ער דאָס ניט געוואָלט טאָן, אָבער זי האָט אים געסטראַשעט מיט פּעטש אויב ער טוט דאָס ניט. שפּעטער האָט ער דאָס ליב באַקומען און האָט אַרויסגעקוקט אויף פֿיר אַ זייגער ווען ער קען איר זאַלבן די פֿיס.
„דו געדענקסט דאָס אַלץ?“ איך האָב נאָך געוואָלט הערן זײַן קול. ס׳איז נישט געווען ביז שפּעטער, אַז איך האָב פֿאַרשטאַנען ווי מאָדנע די מעשׂה איז.
„אין שול האָט מען געזען, אַז איך בין אַ ביסל צוריקגעהאַלטן, אַז איך לויף זיך נישט שפּילן מיט די אַנדערע קינדער, האָט מען מיך געשיקט צון אַ פּסיכיאַטאַר און כּדי ער זאָל פֿאַרשטיין אַ וואָסער קינדהייט איך האָב געהאַט האָט ער מיך היפּנאָטיזירט. און איצט איז אַלץ גוט! איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך מוז אַרבעטן מיט קראַנקע קינדער און זייערע משפּחות.‟
וואָס לענגער מיר האָבן געשמועסט, אַלץ טיפֿער איז געוואָרן זײַן קול און אַלץ פּאַמעלעכער האָט ער גערעדט, ביז איך האָב זיך דערפֿילט ווי איך ווער אַליין היפּנאָטיזירט. מיט אַ מאָל האָט ער, ווײַזט אויס, געקוקט אויפֿן זייגער און געזאָגט, „אין פֿופֿצן מינוט אַרום מוז איך גיין צום דאָקטער“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.