צו פֿיל טעסטאָסטעראָן

Too Much Testosterone

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published July 07, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

„וואָס איז? ביסט קראַנק?“

„ניין, נישט באמת קראַנק“.

„ער גיט מיר איין מאָל אין וואָך אײַנשפּריצונגען פֿון טעסטאַסטעראָן. אָבער איידער מיר ענדיקן אונדזער שמועס, וויל איך באַשטימען מיט דיר אַ דאַטע ווען איך קען צו דיר צוקומען“.

„אפֿשר וואָלט געווען בעסער מיר זאָלן זיך טרעפֿן ערגעץ אין אַ קאַפֿע טרינקען אַ קאַווע…‟

„ניין, אין אַ קאַפֿע איז אַלע מאָל דאָ אַ גרויסער טומל, און איך וויל דיר דערציילן אַלץ וועגן זיך ווי דו האָסט מיך געבעטן. דו ביסט אַזאַ איידעלע נשמה, וויל איך דיר דערציילן ווי מײַן ווײַב איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד נישט לאַנג נאָך דער חתונה, און איך וויל דיר זאַלבן די פֿיס. גלייב מיר, וועסט זייער הנאה האָבן. כ׳וועל אָנהייבן מיט די פֿוספֿינגער, און צערטלעך רײַבן, רײַבן ביז דו גייסט כּמעט אויס פֿון תּענוג…“ .

אַזוי ווי מע וואָלט מיך באָגאָסן מיט אַ קיבעל קאַלט וואַסער איז מיר אַ שוידער דורכגעגאַנגען דאָס לײַב. כ׳האָב די צעלקע געגעבן אַ וואָרף, געלאָפֿן אין אַן אַנדער צימער. אַ מורא האָט מיך אַרומגענומען. כ׳האָב באַדעקט דאָס פּנים מיט ביידע הענט און אַנגעהויבן צו כליפּען. רבונו־של־עולם, פֿאַר וואָס קומט עס מיר? צי זײַנען שוין מער נישט געבליבן קיין נאָרמאַלע מענער אויף דער וועלט? מיט וואָס האָב איך אַזוי געזינדיקט? פֿאַר וואָס איז מײַן מאַן געשטאָרבן? וואָס וועט זײַן פֿון מיר?“

און אַזוי רעדנדיק צום אייבערשטן בין איך אַנטשלאָפֿן געוואָרן אין די קליידער. און עס האָט זיך מיר געחלומט, אַז אַלץ וועט נאָך זײַן גוט, האָב איך אין דער פֿרי באַשלאָסן צו פּרוּוון דעם מזל־טובֿ וועבזײַטל!

משנם מקום, משנם מזל? מיר וועלן נאָך זען.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com