אין חודש יוני האָט דער ניו־יאָרקער עולם געקענט זען אויף דער בינע סײַ די פֿאָרשטעלונג “Indecent” וועגן שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟, סײַ אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון אַשס אָריגענעלער פּיעסע אויף ייִדיש, פֿאָרגעשטעלט פֿון דער טרופּע „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר” [New Yiddish Rep].
די אַנאַלירונג אין 1923 פֿונעם ענגלישן נוסח פֿון דער פּיעסע איז דער באַקאַנטסטער משל פֿון צענזורן די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע, אָבער נישט דער איינציקער.
אויך אין דער אינעווינייקסטער הילע פֿון אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך „דאָס געשלעכטס לעבען פֿון מאַן און פֿרוי‟ האָב איך געפֿונען אַ שטעמפּל, וואָס לייענט זיך אַזוי:
עס קען זײַן, אַז אַנדערע מענטשן האָבן הײַנט דאָס בוך אין זייער ביבליאָטעק — אָבער אָן דעם שטעמפּל, ווײַל דאָס בוך איז אַרויס אין 1919, און די דערקלערונג האָט מען אַרײַנגעשטעמפּלט ערשט מיט דרײַ יאָר שפּעטער אין אַ צווייטער אויפֿלאַגע. דרײַ אויפֿלאַגעס זענען אַרויס אין דרוק — אַ סימן, אַז דאָס בוך איז געווען פּאָפּולער.
ווער ס׳איז געווען דער מחבר ד״ר בן־ציון ליבער, וועלכער האָט געהאַט אַזאַ צוגעפּאַסטן נאָמען פֿאַר אַ שרײַבער וואָס האָט אַ לעבן לאַנג געקעמפֿט בלבֿ־ונפֿש צו לערנען מיטן פּשוטן ייִד וועגן סעקס? קיין פּשוטער דאָקטער איז ער זיכער נישט געווען. לויט זלמן רייזענס לעקסיקאָן איז ער געבוירן געוואָרן אין יאַס, רומעניע אין 1875. זײַן טאַטע, יצחק ליברעסקי, איז געוואָרן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס רעכטע האַנט בײַם אויפֿבויען דעם ייִדישן טעאַטער. שפּעטער האָט ער זיך צעקריגט מיט גאָלדפֿאַדען און איז צוגעשטאַנען צו לאַטײַנערס און מאָגולעסקוס טעאַטער־טרופּע.
ליבער האָט גראַדויִרט מיט אַ באַקאַלאַווער־דיפּלאָם אין בוקאַרעשט און צו 15 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן. ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער און געוואָרן נאָענט צו דער רומעניש־סאָציאַליסטישער באַוועגונג און דערנאָך שטודירט מעדיצין אין ווין.
אין 1904 ער ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט שטודירט פֿאָלקס־געזונט אין ניו־יאָרק. אין אַ צאָל ייִדישע צײַטונגען האָט ער געדרוקט אַרטיקלען וועגן היגיענע, וועגעטאַריזם, פֿרײַער דערציִונג און געזונט. פֿון 1910 ביז 1917 האָט ער אַרויסגעגעבן די זשורנאַלן „אונדזער געזונט‟ און „דאָס ראַציאָנאַלע לעבן‟ ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע צו פֿאַרשפּרייטן זײַנע געדאַנקען. ער האָט אויך עטלעכע ביכער אַרויסגעגעבן אויף ענגליש און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּסיכיאַטריע אין דער „ניו־יאָרקער פּאָליקליניק‟. ער איז געשטאָרבן אין 1958.
זײַן בוך אויף ייִדיש, „דאָס געשלעכטס־לעבן פֿון מאַן און פֿרוי‟, האָט ער דעדיקירט מיט די ווערטער — „אַ מתּנה דעם ייִדישן פֿאָלק‟. ד”ר ליבער האָט שטאַרק געגלייבט, אַז ער האָט אַ שליחות וואָס ער מוז דורכפֿירן, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער מאה־דעה — צו לערנען מיט די ייִדישע אימיגראַנטן „ווי אַזוי צו לעבן אין די איצטיקע אומנאָרמאַלע אומשטענדן, כּדי וואָס מער צו פֿאַרהיטן קראַנקײטן.‟ ווי אַ טייל פֿון דעם האָט ער געוואָלט מע זאָל „פֿאַרשטאַרקן און פֿאַרשענערן דעם קערפּער‟. דערצו האָט ער געהאַלטן, אַז די רעליגיעזע פֿירער טאָרן נישט באַשטימען, ווי אַזוי מע זאָל זיך לערנען וועגן סעקס.
ס’האָט אים געחידושט, וואָס די קעגנערשאַפֿט צו זײַנע געדאַנקען איז געקומען נישט בלויז פֿון דער רעליגיעזער סבֿיבֿה, נאָר אויך פֿון די ראַדיקאַלע קרײַזן. די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע האָט אים שטאַרק קריטיקירט אָדער אין גאַנצן פֿאַרשוויגן די באַוועגונג וואָס ער האָט לאַנצירט. לויט ליבערן האָבן די גרויסע באַצאָלטע צײַטונג־אַנאָנסן פֿון די „שווינדל־דאָקטוירים‟ אונטערגעקויפֿט דער פּרעסע, מע זאָל אים נישט שטיצן אין זײַן אַרבעט. ליבערס אומפּאַרטיייִשקייט צו יענער צײַט האָט אויך נישט געהאָלפֿן.
אין דער צווייטער אויפֿלאַגע פֿון דעם בוך, שרײַבט ער, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אים אָפֿיציעל, שריפֿטלעך, געזאָגט אַז זײַן אַרבעט איז אוממאָראַליש און קיין איין ייִדישע צײַטונג האָט זיך נישט אָנגענומען זײַן קריוודע. קיין רעצענזיעס פֿון בוך זענען אויך נישט געדרוקט געוואָרן. די ראַדיקאַלע פּרעסע, זעט אויס, האָט אַליין מורא געהאַט פֿאַר דער רעגירונג און אים נישט געהאָלפֿן.
וואָס האָט דער צענזאָר אים גענייט אויסצושטרײַכן? אינעם קאַפּיטל „פֿאַרהיטונגס־מיטלען‟, נאָך דעם ווי ער פּראָטעסטירט, אַז ס’איז אומלעגאַל אין לאַנד זיך צו באַניצן מיט געוויסע גוטע מעטאָדן, מע זאָל נישט ווערן טראָגעדיק, זעט מען דרײַ שורות אויסגעשטראָכן מיט שוואַרץ. נאָך דעם, וועט דער לייענער געפֿינען צוויי ליידיקע זײַטן, אין גאַנצן ווײַס — ווי אַ „סימן פֿון פּראָטעסט… וואָס זאָלן אָנווײַזן, אַז די פֿאַרהיטונגס־מיטלען וואָלטן אויף דעם פּלאַץ געדאַרפֿט געדרוקט ווערן‟. אויף אַ צווייטער זײַט, וווּ ס’איז קלאָר, אַז סע רעדט זיך וועגן פּראָסטיטוציע, ווערט אויך אַ פּאַראַגראַף אויסגעשטראָכן.
אינעם בילדער־אָפּטייל צום סוף, האָט מען אויך אויף דרײַ זײַטן אויסגעשטראָכן בילדער מיט שוואַרץ. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָרט האָט מען געוויזן די מוטערשייד און דעם מענערלעכן אבֿר.
בלי־ספֿק איז ד״ר בן־ציון ליבער געווען אַ זעלטענער פּאַרשוין, אַפֿילו אַ טשודאַק. אָבער זײַנע „רעוואָלוציאָנערע‟ געדאַנקען (אַזוי האָט די רעגירונג זיי באַשריבן) זענען הײַנט בכלל נישט קאָנטראָווערסיעל. זיי זענען שוין אַ טייל פֿונעם לערנפּלאַן אין יעדן גימנאַזיום אין לאַנד. אַז אַ ייִדיש בוך זאָל ווערן צענזורירט אין אַמעריקע צוליב דעם איז הײַנט שווער צו פֿאַרשטיין. די געשיכטע האָט געוויזן, אַז ד״ר ליבער האָט געהאַט אַ נבֿיאיִשן גײַסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.