אויסגעגראָבן אַ פֿאַרצײַטיקע שאַמאַנקע

Ancient Shamaness Unearthed

Yehuda Blum

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 08, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיר ווייסן זייער ווייניק וועגן דער גײַסטיקער קולטור פֿון די פֿאַרצײַטישע מענטשן, ווײַל ביז מיט אַן ערך 5,200 יאָר צוריק האָט מען נאָך גאָרנישט פֿאַרשריבן. (שרײַבן ווערטער, הייסט עס; ציפֿערן האָט מען אָנגעהויבן שרײַבן היפּש פֿריִער — מיט ליימענע מינצלעך שוין מיט 10,000 יאָר צוריק.) דעריבער זײַנען די אַלטע קבֿרים אַן אוצר פֿאַר אונדזערע אַרכעאָלאָגן, ווײַל מע קען פֿון זיי זיך עפּעס אָפּלערנען וועגן די פֿאַרצײַטישע גלייבענישן.

אין דעם דאָזיקן הייל אינעם גליל (דאָס אָרט הייסט חילזון תּחתּית) האָט מען באַגראָבן, צום ווייניקסטן, 28 מתים — מסתּמא לכּבֿוד דער דאָזיקער שאַמאַנקע, וואָס מע האָט זי דאָ די ערשטע צו קבֿורה געבראַכט. דורך אַ גרינטלעכער אויספֿאָרשונג (איבער דרײַ יאָר!) פֿון בלויז די אייבערשטע 50 צענטימעטער ערד אין דעם הייל, האָט מען אַזוי רעקאָנסטרויִרט איר קבֿורה־צערעמאָניע:

צו ערשט, האָט מען אויסגעגראָבן אַ סימעטרישע אָוואַלע לאָך, וואָס מע האָט די ווענט פֿון דער לאָך אויסגעטינקעוועט מיט ליים און מיט שטיינערנע טאָוולען. דערנאָך האָט מען אַראָפּגעבראַכט גרויסע שטיינער, און צווישן זיי — שילדקראָט־פּאַנצערס, מושלען, שטיקלעך אָקער (ochra), אַ טויטן הירש, און אַ שיסל פֿון באַזאַלט, וואָס מע האָט זי ספּעציעל צעבראָכן לכּבֿוד דער קבֿורה. דריטנס, האָט מען אָנגעפֿילט דאָס קבֿר מיט די ביינער פֿון געגעסענע חיות און מיט מכשירים געמאַכט פֿון פֿײַערשטיין. פֿערטנס, האָט מען די שאַמאַנקע אַליין באַגראָגן, צוזאַמען מיט נאָך ביינער פֿון חיות, אַרײַנגערעכנט דעם בעקן (pelvis) פֿון אַ לעמפּערט. לעבן איר רעכטער האַנט האָט מען אַוועקגעלייגט אַ חזירישן פֿוס, צוויי מאַרדער־שאַרבנס (מאַרדער איז אַ מין טכויר), דעם וויידל־ביין פֿון אַ קו, און דעם פֿוס פֿון אַ גרויסן מענטש. די גרייס פֿון יענעם פֿוס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, ווײַל די שאַמאַנקע אַליין איז געווען גאָר אַ קליינע, כּמעט אַ קאַרליק, און האָט געליטן פֿון פֿאַרשיידענע קרענק, וואָס האָבן געמאַכט, אַז זי זאָל אויסזען גאָר מאָדנע.

דערנאָך האָט מען אַרײַנגעלייגט נאָך ביינער פֿון הירשן און שילדקראָט־פּאַנצערס (סך־הכּל 86). צו לעצט, האָט מען אַרויפֿגעלייגט פֿון אויבן אַ גרויסן דרײַעקיקן שטיין און — שוין! באַגראָבן ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ שאַמאַנקע.