אַ ייִדענע אַ קאָזאַק

A Woman Strong as a Cossack

פֿון הערשל גלעזער

Published July 10, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די גאַנצע דירה מאַכט אויף רויזע־פֿרומעטלען אַ גוואַלדיקן רושם: „קיין בייז אויג! אַ מלכות!“ נאָר ר׳ משולם מאַכט עס אַוועק מיט דער האַנט: „ס׳האָט אָפּגעקאָסט אַן אוצר און ס׳איז ווערט אַ שמעק טאַביק“. דערנאָך איז ער „אַוועק אין קאַבינעט דאַווענען מעריבֿ מיט צוויי שמונה־עשׂרות“, ווײַל ער האָט נישט באַוויזן צו דאַווענען מינחה. דער מאַמע געפֿעלט עס זייער, נאָר דער טאָכטער — נישט: „עך האָב עס פֿײַנט!“ ענטפֿערט די מאַמע: „וויי איז מיר! וואָס האָסטו פֿײַנט? דערגייסט מיר צו דער זיבעטער ריפּ!“ דהײַנו, דײַנע רייד טוען מיר שטאַרק וויי. נאָר אַלץ האָט זי פֿײַנט: „דעם אַלטן, די שטוב, די דינסטן, די ייִדן מיט די קליינע היטעלעך, ס׳גאַנצע געזינדל!… ס׳איז דאָ אַ שטיק אַזיע“. ווען די מאַמע פֿרעגט ווען זי וועט חתונה האָבן, ענטפֿערט די טאָכטער: „עך האָב אין דר׳ערד אַלע מאַנסלײַט!“ דער מאַמע, וואָס זי האָט „דאָך אַלץ געטאָן צוליב דיר“, איז „אַ קנויל געבליבן שטעקן אין גאָרגל“; מע קען אויך זאָגן „ס׳האָט זיך איר געשטעלט אַ קנויל אין האַלדז“ — אויף ענגליש איז פֿאַראַן, פֿאַרשטייט זיך, דער זעלביקער אימאַזש.

ר׳ משולם האָט צוויי דינסטן, נעמי און מאַניע. נעמי רופֿט מען „קאָזאַק“, ד״ה, זי האָט אַ גוואַלדיקן כּוח. „אַ ייִדענע אַ קאָזיק“ איז די באַקאַנטסטע פֿאָרמולירונג; מאַרק וואַרשאַווסקי זינגט דאָך, אַז „די באָבע גייט אַ קאָזיק“, טאַנצט אַ קאָזאַקן־טאַנץ, וואָס הייסט אויף רוסיש „קאַזאַטשאָק“. נעמי איז געווען פֿיזיש שטאַרק: אַז זי „איז געגאַנגען איבער דער שטוב, האָט געציטערט אונטער איר דער פּאַרטער“; זי האָט אויך געהאַט אַ שאַרפֿע צונג: „אירע גלײַכווערטלעך און אַרײַנזאָגענישן האָבן געשמט אויפֿן גזשיבאָוו“. נישט געקוקט אויף דעם, אָבער, האָבן די דינסטן אָדער זיך געפֿוילט, אָדער אויף צו להכעיס נישט געוואָלט באַדינען די נײַע באַלעבאָסטע. אַז יענע פֿרעגט, איידל: „מיר ווייסן דאָ גאָרנישט. וווּ זאָלן מיר זיך אַהינטאָן?“ ענטפֿערט איר אָפּ נעמי: „ס׳פֿעלן דאָ נישט קאַ׳ שטיבן!“ „קאַ“ איז דער פּויליש־ייִדישער אַרויסרעד פֿון „קיין“; בשעת ליטווישע ייִדן זאָגן „שטיבער“, זאָגן פּוילישע „שטיבן“. חוץ דעם איז בײַ פּוילישע ייִדן בכּלל און בײַ באַשעוויסן בפֿרט „שטוב“ בדרך־כּלל טײַטש „צימער“, בשעת בײַ שלום־עליכמען, אַ שטייגער, איז עס טײַטש „הויז“.

רויזע־פֿרומעטל מיינט, אַז איר קומט צו וווינען דאָרטן וווּ ס׳האָבן געוווינט ר׳ משולמס פֿריִערדיקע ווײַבער, נאָר מע גיט איר צו וויסן, אַז „דער באַלעבאָסטעס שטובן [אמת, פֿריִער האָט באַשעוויס געשריבן „שטיבן“, מיט יוד] שטייען שוין פֿאַרשלאָסן יאָרן. ס׳איז דאָרט אַ באַשטאַנד“, ד״ה, מע האָט נישט אויפֿגעראַמט און נישט געמאַכט קיין אָרדענונג, און איצט וועט מען עס אויך נישט טאָן. פֿאַר וואָס? „ס׳האָט זיך קיינער אויף ענק נישט געראַכט!“, ד״ה, „געריכט“ מיטן וואַרשעווער אַרויסרעד. ווען רויזע־פֿרומעטל פֿרעגט „וווּ מײַן טאָכטער וועט שלאָפֿן“, איז דער ענטפֿער: „ס׳איז דאָ אַ שטוב מיט נאָך אַ בעט, נאָר ס׳איז דאָרט נאָך אַן ערגער מושבֿ ווי דאָ…“ „מושבֿ“ איז דאָס זעלביקע וואָס „באַשטאַנד“.

דאָס קאַפּיטעלע ענדיקט זיך מיט אַ טרויעריקער באַמערקונג: „פֿון דרויסן האָט זיך דערטראָגן אַ שווער און הילכיק קלינגען. ס׳איז געווען דער גלאָק פֿון גזשיבאָווער קלויסטער, וואָס איז געשטאַנען אַקעגן ר׳ משולמס הויז און דערמאָנט, אַז וואַרשע געהערט צו גויים, נישט צו ייִדן…“ צום באַדויערן ווייסן מיר, מיט וואָס אָט דאָס האָט זיך געענדיקט.