אונדזער הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט אַ באַשרײַבונג פֿון גאָר אַ ספּעציפֿישער פּראָצעדור, וועלכע האָט אַמאָל דערמעגלעכט אויסצורייניקן אַ ייִד פֿון דער גרויסער טומאה, וואָס קומט פֿונעם קאָנטאַקט מיט אַ טויטן מענטשלעכן גוף.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, האָט אַפֿילו אַן אומדירעקטער קאָנטאַקט מיט אַ מת געפֿאָדערט אַ קאָמפּליצירטן טהרה־פּראָצעס, וואָס האָט צו טאָן מיטן אַש פֿון פּרה־אַדומה — אַ ספּעציעלע זעלטענע קו, וועלכע האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, און האָט בלויז ריין־רויטע האָר. מע האָט זי געדאַרפֿט שעכטן און פֿאַרברענען מחוץ דעם הר־הבית, צוזאַמען מיט אַ שטיקל צעדער־האָלץ, העל־רויטער וואָל און אזובֿ, אַ געוויסער מין פֿלאַנץ.
דאָס אַש האָט מען אויסגעמישט אויף אַ ספּעציעלן אופֿן מיטן ריינעם קוואַל־וואַסער. ווי אַ רעזולטאַט, ווערט דער כּהן, וועלכער האָט באַשפּריצט דעם מענטש מיטן מי־חטאת, כּדי אים אויסצורייניקן פֿון דער טומאת־מת, אַליין טמא אינעם פּראָצעס.
די מיצווה פֿון פּרה־אדומה איז באַקאַנט ווי אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון אַ „חוק‟ — אַ באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער, וואָס קלינגט אומראַציאָנעל און וואָס אַ מענטשלעכער שׂכל איז נישט מסוגל צו פֿאַרשטיין. צוליב דעם, טראָגט אונדזער סדרה דעם נאָמען „חוקת‟. דער באַשעפֿער זאָגט משה רבינו, אַז דאָס באַפֿרײַען זיך פֿון דער טומאת־מת פֿאָדערט אַן אומגעוויינטלעכע פּראָצעדור, וואָס על־פּי שׂכל קען אַפֿילו משה אַליין זי נישט באַגרײַפֿן.
נישט געקוקט אויף דעם, באַטראַכטן אומצאָליקע מפֿרשים אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דעם אינערלעכן באַדײַט פֿון דער דאָזיקער אומגעוויינטלעכער מיצווה. דער עיקר־פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס זעלבע געמיש, וואָס רייניקט דעם מענטש אויס פֿון דער טומאה, איז מטמא דעם כּהן. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט, אַז מע לייענט „פּרשת־פּרה‟ — דעם פֿראַגמענט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער רויטער קו — דווקא נאָך פּורים, כּדי דער בייזער „פּור‟, דער טויטלעכער גזר־דין פֿון המן־הרשע, זאָל איבערגעקערט ווערן פֿון ס׳נײַ אינעם טהרה־כּוח פֿון „פּרה‟.
פּורים איז אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון אַ פּאַראַדאָקסאַלן יום־טובֿ, ווען געוויסע מעשׂים, וואָס אין אַנדערע טעג זעען אויס צווייפֿלהאַפֿטיק, ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיצווה און אַ קוואַל פֿון קדושה. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז די פּורימדיקע שיכּורע שׂימחה איז גרעסער, ווי דאָס יום־כּיפּורדיקע פֿאַסטן.
על־פּי חסידות, פֿאַרמאָגט אַן עכטער צדיק די זעלבע פּאַראַדאָקסאַלע מידה, ווי דאָס אַש פֿון דער פּרה אדומה. הגם די תּורה פֿונעם צדיק איז מסוגל אויסצורייניקן פֿונעם גײַסטיקן שמוץ, קאָן זי אויך „אָפּבריִען‟ און מטמא זײַן געוויסע מענטשן. די תּורה אַליין אַנטהאַלט אַזאַ אייגנשאַפֿט. די זעלבע מיצוות, וואָס דינען פֿאַר אַן אָרנטלעכן מענטש ווי אַ לעבעדיקער קוואַל פֿון שלימות, קאָנען זיך פֿאַרוואַנדלען, חלילה, אין אַן אמתן סם־המוות. למשל, אַ פֿאַרקרומטער מענטש קאָן אויסנוצן געוויסע פּערזענלעכע מעשׂים־טובֿים ווי אַ תּירוץ זיך אויפֿצופֿירן ווי אַ בעל־גאווה און פֿאַרזען די אַנדערע, וויכטיקערע מיצוות.
אינעם אומראַציאָנעלן כאַראַקטער פֿון דער „פּרה־אדומה‟ שטעקט אַ טיפֿער שׂכל. די תּורה ווײַזט אונדז, אַז דער עצם־ענין פֿון טומאה און טהרה האָט ווייניק צו טאָן מיט ריינקייט און אומריינקייט אינעם בוכשטעבלעכן זין. צום בײַשפּיל, הגם אַ פֿרוי נאָך איר ווסתּ דאַרף גיין אין מיקווה, מיינט עס נישט, אַז אין אירע נידה־טעג איז זי אַ „שמוציקע‟. דאָס גיין אין מיקווה גיט צו אַ וויכטיקן דינאַמישן עלעמענט צום משפּחה־לעבן, אָבער מיינט נישט, אַז די ווײַבלעכע פֿיזיאָלאָגיע איז „אומריין‟.
פּונקט אַזוי, הגם דער קאָנטאַקט מיטן מת ברענגט די גרעסטע טומאה, מיינט עס נישט, אַז די הלכה־קאַטעגאָריעס האָבן אַ שײַכות צום גשמיותדיקן ענין פֿון שמוץ. דער טויט איז, אַוודאי, אַן אומגליקלעך געשעעניש, אָבער עס איז פֿאָרט אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם מענטשלעכן לעבן. אין דער סימבאָלישער דינאַמיק פֿונעם טהרה־ריטואַל, טוישן זיך אויס דער כּהן און דער אויסגערייניקטער מענטש מיט זייער סטאַטוס, ווײַל דאָס לעבן בכלל איז אַ פּאַראַדאָקס. ווען אַ קינד ווערט געבוירן, פּראַווען מיר אַ גרויסע שׂימחה, הגם מיר ווייסן דאָך, אַז סוף־כּל־סוף פֿירט דער לעבנס־וועג צום שטאַרבן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דאָס מענטשלעכע וועזן גופֿא אַ פּאַראַדאָקסאַלער פּראָצעס, אַ שטענדיקער אויסטויש פֿון לעבן און טויט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דאָס מיסטעריעזע אַש פֿון דער רויטער קו פֿירט הײַנט אויס, אויף אַ היפּוכדיקן אופֿן, אַ גאַנץ פּראַקטישע ראָלע. דווקא צוליב דעם, וואָס אַזאַ קו איז נישט בנימצא, טאָרן נישט די ייִדן אַרויפֿגיין אויפֿן הר־הבית. הגם געוויסע צווייפֿלהאַפֿטיקע יחידים טוען עס יאָ און אַפֿילו זוכן די פּאַסיקע ריין־רויטע טעליצע, האַלטן ס׳רובֿ רבנים, אַז ביז משיחס צײַטן בלײַבט דער הייליקער באַרג אַ פֿאַרבאָטן אָרט פֿאַר ייִדן. עס קומט אויס, אַז אַן איבערשׂכלדיקע פּאַראַדאָקסאַלע מיצווה קאָן ברענגען, דווקא צוליב דער אוממעגלעכקייט זי מקיים צו זײַן, צו גאַנץ שׂכלדיקע סאָציאַלע און פּאָליטיקע רעזולטאַטן.
הרבֿ דוד סירס, אַ באַקאַנטער בראַצלעווער חסיד, וועלכער שטיצט די וועגעטאַרישע דיעטע צוליב עטישע סיבות און גלייבט, אַז אין דער צוקונפֿטיקער גאולה־תּקופֿה וועט מען מער נישט שעכטן קיין גשמיותדיקע בהמות פֿאַר אַ קרבן, דערמאָנט אַן אַנדער אינטערעסאַנטן סאָציאַלן משל מיט דער פּרה־אדומה אין זײַן בוך וועגן דער ייִדישער טראַדיציע פֿון אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט. די חז״ל זאָגן, אַז אַ געוויסער נישט־ייִדישער געצנדינער אין אַשקלון, מיטן נאָמען דמא בן נתינה, האָט שטאַרק מכבד געווען זײַנע טאַטע־מאַמע און צוליב דעם זוכה געווען, אַז אין זײַן סטאַדע איז געבוירן געוואָרן איינע פֿון די היסטאָרישע ריין־רויטע קי. עס קאָן זײַן, אַז אין דער משיחישער צוקונפֿט וועט מען נישט דאַרפֿן קיין גשמיותדיקע קרבנות, אָבער דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז די תּורה רופֿט אָפּצושאַצן אַלע מענטשן, אַפֿילו די תּנ״כישע געצנדינער.
דער גאַנצער חומש „במדבר‟ ווערט אָנגערופֿן „ספֿר הפּקודים‟ — דער ספֿר פֿון חשבונות. אונדזער פּרשה ווײַזט, אַז ווע מע פֿרעגט נישט קיין קשיות און מע מאַכט נישט קיין איבעריקע חשבונות, איז עס צומאָל אַ גוטער חשבון. פֿונעם מיסטעריעזן כאַראַקטער פֿון דער פּרה־אדומה קאָנען מיר אָפּלערנען, אַז נישט אַלץ אין לעבן גייט לויט אונדזערע חשבונות און פּאַסט אַרײַן אין כּוללדיקע קאַטעגאָריעס. ממילא, דאַרפֿן מיר זיך באַציִען מיט דרך־ארץ צו די אַנדערע מענטשן, אַפֿילו אויב זיי פֿירן זיך אויף לאַוו־דווקא שׂכלדיק פֿון אונדזער קוקווינקל, און מע דאַרף אָפּשאַצן און באַטראַכטן אַפֿילו די סאַמע אומראַציאָנעל־אויסטערלישע מאָמענטן אין אונדזער לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.