צוויי זומער־פּראָגראַמען זינגען אין איינעם

Two Summer Programs Join in Song

די סטודענטן האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ זינגערײַ אינעם געוועזענעם הויז פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז״ל
Facebook
די סטודענטן האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ זינגערײַ אינעם געוועזענעם הויז פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז״ל

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 15, 2016, issue of July 27, 2016.

די פֿאַרשיידענע ייִדישע זומער־פּראָגראַמען איבער דער וועלט שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין אָפּגלאַנץ (אָדער שאָטן) פֿון דער אַמאָליקער וועלטלעכער ייִדישער קולטור. אין ווילנע, וואַרשע, ניו־יאָרק, פּאַריז און תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ייִדיש האָט אַ מאָל געלעבט אין די מײַלער פֿון מיליאָנען ייִדן, הערט מען הײַנט אַ שוואַכן אָפּקלאַנג דערפֿון אין אונדזערע קלאַסצימערן. און אַזוי ווי ייִדן פֿלעגן פֿריִער זיך איבערקלײַבן פֿון איין אָרט אין אַ צווייטן — פֿון ווילנע קיין וואַרשע, פֿון וואַרשע קיין פּאַריז, פֿון פּאַריז קיין ניו־יאָרק — מאַכן די הײַנטיקע סטודענטן ענלעכע נסיעות, נאָכגייענדיק די פֿוסטריט פֿון די פֿריִערדיקע דורות.

פֿון דעם דאָזיקן אַרומפֿאָרן באַקומט זיך, אַז יעדע זומער־פּראָגראַם, וווּ עס זאָל ניט פֿאָרקומען, איז צו גלײַך אַ ווידערטרעף פֿון אַלטע פֿרײַנד, וואָס האָבן זיך באַקענט אויף אַ פֿריִערדיקער פּראָגראַם אין אַן אַנדער לאַנד. כאָטש דער פּראָפֿיל פֿון די באַטייליקטע אין יעדער פּראָגראַם איז אַן אַנדערער — אין דער „שטיינער‟־פּראָגראַם פֿונעם ביכער־צענטער אין אַמהערסט, למשל, זײַנען דאָ רק יונגע־לײַט, בשעת די אַנדערע פּראָגראַמען נעמען אויך אַרײַן מיטל־יעריקע און עלטערע סטודענטן — קען מען זיי אַלע באַטראַכטן ווי די אײַנוווינער פֿון איין פּאַראַלעלן ייִדיש־אוניווערס.

פֿון דעסטוועגן, איז גאָר זעלטן, וואָס די פּלאַנעטן פֿון דעם דאָזיקן אוניווערס — די באַזונדערע פּראָגראַמען — שטויסן זיך צונויף און פֿירן דורך אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג צוזאַמען. זיי זענען דאָך געאָגראַפֿיש ווײַט צעשפּרייט: מע קען ניט גרינג פֿאָרן פֿון ווילנע קיין וואַרשע, אָדער פֿון וואַרשע קיין פּאַריז.

איז דאָס באַגעגעניש פֿון צוויי פּראָגראַמען דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס טאַקע געווען אַ נאָווינע. יעדעס יאָר מאַכן די „שטיינער‟־סטודענטן אַ נסיעה פֿון אַמהערסט קיין ניו־יאָרק, כּדי צו זען עפּעס פֿון דער היגער ייִדיש־וועלט, צו גיין אין ייִדישן טעאַטער אאַז”וו. הײַיאָר האָבן זיי צום ערשטן מאָל זיך אָפֿיציעל געטראָפֿן מיט סטודענטן פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם — אין בראָנקס, אינעם הויז פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

דעם שידוך האָט דורכגעפֿירט נח באַרעראַ, אַ ייִוואָ־סטודענט און אַן אײַנוווינער אינעם אַזוי־גערופֿענעם „ביילע־הויז‟. אַ געבויערענער אין קאַליפֿאָרניע, האָט באַרעראַ אין זיך מער ענערגיע און ייִדיש־התלהבֿות ווי ס’רובֿ אַנדערע סטודענטן אין איינעם. בלויז איין יאָר וווינט ער אין ניו־יאָרק און ער האָט דאָ שוין דורכגעמאַכט עטלעכע קאַריערעס: איבערגעזעצט אַ וויכטיק ווערק פֿונעם פֿאָלקלאָריסט אַבֿרהם רעכטמאַן (אַ באַטייליקטער אין דער באַרימטער אַנ־סקי־עקספּעדיציע); געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟ עטלעכע חדשים; און איצט אַרבעט ער פֿאַר דער „פֿאָלקסבינע‟, קאָנטראָלירנדיק די איבערקעפּלעך פֿאַר דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג „די גאָלדענע כּלה‟ — כּדאַי צו זען!).

אַ דאַנק באַרעראַן און נאָך צוויי סטודענטקעס פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם, וואָס האָבן זיך דאָרט איצט באַזעצט, איז אַרײַן אינעם „ביילע־הויז‟ אַ נײַע נשמה. די צוויי מיטלדיקע סטודענטקעס — טאַניאַ יאַקאָוולעוואַ, פֿון כאַרקאָוו (איבער רעגנסברוג), און קאַראָלינאַ קאַפּראָווסקאַ, פֿון קראָקע, זײַנען איבערגעגעבענע מיזרח־אייראָפּעיִשע בעל־הביתטעס. פֿריִער האָט דאָס הויז אַ מאָל אויסגעזען עפּעס אָפּגעלאָזן, ווי עס וואָלטן דאָרט געוווינט בלויז רוחות און ווילדע חיות (און דער שרײַבער פֿון די שורות). אָבער איצט האָבן זיי געמאַכט אַ סדר און אַ ריינקייט און אַ ציכטיקייט, אַז מע קען דאָרט עסן פֿון דער פּאָדלאָגע און אַפֿילו פֿאַרבעטן געסט.

מוצאי־שבת זײַנען געקומען אַן ערך פֿערציק סטודענטן און לערערס פֿון ביידע פּראָגראַמען, ווי אויך עטלעכע סתּם ייִדישיסטן, וואָס האָבן, דער עיקר, געוואָלט זיך באַטייליקן אינעם זינגערײַ. נאָכן עסן און באַקענען זיך האָט מען טאַקע געזונגען לידער געשריבן פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן אַליין. ווען ביילע האָט געלעבט, זײַנען אַזעלכע זינגערײַען אָפֿטער פֿאָרגעקומען בײַ איר, אָבער זינט זי איז אַוועק מיט דרײַ יאָר צוריק, איז דאָס הויז שטיל געוואָרן. שבת האָבן דרײַ „וועטעראַנען‟ פֿון די אַמאָליקע זינגערײַען געהאָלפֿן אויפֿלעבן די אַלטע טראַדיציע: פּערל טייטלבוים (אַ לערערין אין דער ייִוואָ־פּראָגראַם), מרים־חיה סגל, און ביילעס זון, איציק גאָטעסמאַן, וואָס ס׳איז געווען זײַן אײַנפֿאַל צו שאַפֿן דאָס „ביילע־הויז‟.

צום באַדויערן, האָט דאָס זינגען זיך ניט געצויגן ביז שפּעט אין דער נאַכט: יעדער גאַסט האָט געוווּסט, אַז עס וועט נעמען אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך אַהיימצופֿאָרן פֿון די בראָנקס, ספּעציעל פֿאַר די, וואָס וווינען אין ברוקלין אָדער קווינס (פֿון אַמהערסט שוין אָפּגערעדט). פֿון דעסטוועגן, האָבן מיר געהאַט פֿריִער גענוג לאַנג געפּלאַפּלט און געוויצלט זיך, אַז איך האָב באַקומען אַ גוטן אײַנדרוק פֿון דער גאַנצער חבֿרה.

די הײַיאָריקע סטודענטן זײַנען גאָר פֿעיִקע, ניט בלויז פֿון ייִוואָ, נאָר אויך פֿונעם ביכער־צענטער. דאָרט לערנט זיך, למשל, דער יונגער מאַקס ווײַנרײַך, אַן אוראייניקל פֿונעם אַלטן מאַקס ווײַנרײַך. דער ביכער־צענטער האָט אויך אָנגעשטעלט עטלעכע אויפֿפּאַסער און אַסיסטענטן, וואָס רעדן אַ גוטן ייִדיש און שאַפֿן אַ רײַכערע ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה פֿאַר די סטודענטן — זייער אַ קלוגער אײַנפֿאַל! די צרה פֿאַר אָנהייבערס איז שטענדיק, אַז זיי האָבן באמת ניט מיט וועמען צו רעדן — דאַרף די פּראָגראַם אַליין שאַפֿן די דאָזיקע סבֿיבֿה פֿון מיטשמועסער. זאָל דער ייִוואָ אויך געבן אַ טראַכט וועגן אָנשטעלן אַזעלכע מיטאַרבעטער!