וואָס איז געווען מער שאָקירנדיק — לעסביאַנקעס, צי יעזוס?

Which Was More Shocking - Lesbians, or Jesus?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 19, 2016, issue of July 27, 2016.

מיט יאָרן צוריק האָב איך פֿאַר זיך אַנטדעקט די חידושדיקע ביכער־קראָם „פּינטערס‟ אין באָראָ־פּאַרק, וווּ צווישן פֿאַרשיידענע זעלטענע ספֿרים האָב איך געטראָפֿן אַבֿרהם סוצקעווערס לידער, אַן אַלטע ייִדישע איבערזעצונג פֿון טשאַרלס דאַרווינס בוך וועגן עוואָלוציע און אַ לוח פֿון ליכט־צינדן מיט באַמערקונגען אויף אַ געפֿערלעך דײַטשמערישן ייִדיש פֿאַר ווײַטע ראַיאָנען אין מיזרח־רוסלאַנד, וווּ די צאַרישע מאַכט פֿלעגט פֿאַרשיקן די רעוואָלוציאָנערן.

ווען איך האָב איבערגעקוקט די הפֿקרדיק צעוואַלגערטע זעלטענע סחורה, איז אַהין אַרײַנגעקומען אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער איז געוואָרן ברוגז צוליב דעם, וואָס צווישן די ספֿרי־קודש האָט זיך אין דער קראָם אָפּגעפֿינען די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן כּתריאלעווקע. שרײַענדיק אויפֿן חסידישן בעל־הבית, האָט דער קנאָי אים באַשולדיקט אין פֿאַרקויפֿן ביכער פֿון „אַן עכטן שמדניק, ימח שמו וזכרו‟. ווי עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, האָט דער שרײַער געמיינט אַן אַנדער שרײַבער מיט אַן ענלעכן נאָמען: שלום אַש.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַש בלײַבט באַקאַנט ווי אַ קאָנטראָווערסאַלער שרײַבער אַפֿילו צווישן די הײַנטיקע חסידים. געוויינטלעך, ווייסן זיי ווייניק וועגן דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. דער פֿאַרדאַמער האָט אָבער געוווּסט, אַז אַ געוויסער שרײַבער מיטן נאָמען שלום איז געווען אַ שרעקלעכער טרייפֿניאַק.

דעם 25סטן און 26סטן יוני האָט מען אינעם טעאַטער Y אויף דער 14טער גאַס אין מאַנהעטן געשפּילט אַ נײַע ווערסיע פֿון שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ אויף ייִדיש, געשאַפֿן דורך דער רעזשיסאָרין אַלטע־רישע (עלינאָר) ריסאַ פֿאַרן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟. דער גרינדער פֿונעם טעאַטער, דוד מאַנדעלבוים, פֿירט אויס די ראָלע פֿון ר׳ עליע, דעם צווייפֿלהאַפֿטיקן שדכן. די רעזשיסאָרקע אַליין שפּילט די ראָלע פֿון דער „מאַדאַם‟, די באַלעבאָסטע פֿונעם שאַנדהויז. שיין בייקער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿונעם אַלפֿאָנס און מרים־חיה סגל איז די „כּשרע ייִדישע טאָכטער‟, וואָס פֿאַרליבט זיך אין איינער פֿון די זונות.

דער טעאַטראַלער קאָלעקטיוו, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע ייִדיש־טוער, איז אַ וועלט־באַקאַנטער און זייער באַגאַבטער. מרים־חיה סגל האָט איבערגעגעבן, אַז זײַענדיק אַליין אַ לעסביאַנקע, איז זי געווען שטאַרק צופֿרידן מיטן שפּילן אַ לעסבישע ראָלע אויף דער בינע. הגם אין דער הײַנטיקער אַמעריקע זעט אויס די פּיעסע ווי אַ באַשיידענע, בלײַבט זי באַרימט צוליב דעם היסטאָרישן סקאַנדאַל, וועלכער איז אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1923, ווען נאָך דער פּרעמיערע אויף בראָדוויי האָט די פּאָליציי אַרעסטירט די גאַנצע טרופּע פֿאַר „אומצניעותדיקע סצענעס‟, ווײַל דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין אַ באָרדעל און האָט צו טאָן מיט אַ ליבע צווישן פֿרויען.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער גרעסטער סקאַנדאַל אַרום שלום אַש איז אויסגעבראָכן שפּעטער, צוליב זײַן טרילאָגיע „דער מאַן פֿון נצרת‟, „דער שליח‟ און „מערי‟, וווּ עס ווערן איבערדערציילט די עוואַנגעלישע מעשׂיות וועגן יעזוס, זײַן מאַמע מאַריע און זײַן אַפּאָסטל פּאַול. לכתּחילה, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ כּסדר פּובליקירט אַשס ווערק. דער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם „מאַן פֿון נצרת‟ און באַשולדיקט דעם מחבר אין מיסיאָנערישער טעטיקייט.

אינעם יאָר 1943 האָט אַש זיך געגעבן אַן עצה צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ טייל פֿון זײַנע ווערק וועגן די גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע אינעם קאָמוניסטישן זשורנאַל „מאָרגן־פֿרײַהייט‟. זײַענדיק געשטימט קעגן וועלכער־ניט־איז רעליגיע, האָט די רעדאַקציע נישט געהאַט קיין באַזונדערע טענות קעגן אַשס אויסגעטראַכטע מעשׂיות וועגן יעזוס. אַזוי צי אַזוי, דווקא צוליב זײַן שרײַבן אויף די דאָזיקע טעמעס האָט אַש פֿאַרדינט די דערמאָנטע רעפּוטאַציע פֿון אַ „שמדניק‟. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די ענגלישע איבערזעצונגען שטאַרק אויסגענומען דווקא צוליב דעם צווישן דעם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער ציבור. נישט געקוקט אויפֿן אָפֿט נודנעם גראַפֿאָמאַנישן סטיל, בלײַבט שלום אַש באַקאַנט אין דער נישט־ייִדישער וועלט ווי איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער.