(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס שייך „גאָט פֿון נקמה‟, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין דער גאַנצער גמרא ווערן די לעסבישע באַציִונגען דערמאָנט בלויז איין מאָל. רבֿ הונא האָט געהאַלטן, אַז „נשים מסוללות‟ — אַקטיווע לעבסיאַנקעס — טאָרן נישט חתונה האָבן מיט אַ כּהן. להלכה פּסקנט מען אָבער, אַז דאָס איז סתּם אומצניעותדיק, אָבער נישט קיין עכטע סעקסועלע עבֿירה.
ס׳איז כּדאַי אויך צוצוגעבן, אַז נישט אַלעמאָל האָט די פֿרומע וועלט באַטראַכט די סעקסועלע באַציִונגען צווישן מענער ווי אַ סקאַנדאַליעז־גרויסן חטא. אַ סך רבנים אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע האָבן פֿאַקטיש פֿאַרקוקט אָפֿענע האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן די אַרומיקע מוסולמענער זיך אויך געמאַכט נישט וויסנדיק וועגן דעם. אַזוי צי אַזוי, אַפֿילו לויט דער שטרענגסטער טראַדיציאָנעלער הלכה איז אַן עראָטישער קוש צווישן פֿרויען אויף דער בינע נישט ערגער, ווי דאָס שפּילן און זינגען אין טעאַטער בכלל.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער פּוריטאַנישער אַמעריקע, האָט מען אין דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע געקאָנט אַסאָציִיִרן לעסבישע באַציִונגען מיטן פֿרײַען וועלטלעכן לעבנס־שטייגער אָדער מיטן געוויינטלעכן זנות. קיין באַזונדערן שאָק האָט אַשס פּיעסע בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע נישט אַרויסגערופֿן. להיפּוך, רופֿן די קריסטלעכע טעמעס אָדער אַפֿילו נייטראַלע כּמו־קריסטלעכע ענינים נאָך אַלץ אַ גרויסע „אַלערגיע‟ אין דער טראַדיציאָנעל־ייִדישער וועלט. למשל, אַ סך ייִדן אין ארץ־ישׂראל ווערן שאָקירט, ווען די רוסישע עולים שטעלן אַרויס אַ באַצירטע יאָלקע לכּבֿוד דעם נײַ־יאָר. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט דער דאָזיקער מינהג גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט רעליגיע; גענוג רבנים, בפֿרט די ליובאַוויטשער, גיבן אַ היתּר צו באַצירן די שטוב מיט אַ יאָלקע, ווײַל אַ סך רוסיש־געבוירענע ייִדן קאָנען זיך נישט פֿאָרשטעלן דאָס לעבן אָן דעם.
וואָס שייך יעזוס, איז די רעאַקציע אויך נישט געווען אַזאַ נעגאַטיווע אויף דער ייִדישער גאַס. אינעם 8טן יאָרהונדערט האָבן זיך אין איראַן, סיריע און אַנדערע מוסולמענישע לענדער פֿאַרשפּרייט גאַנץ גרויסע ייִדישע משיחישע באַוועגונגען פֿון צענדליקער טויזנטער מענטשן, וועלכע האָבן באַטראַכט יעזוסן און מוכאַמאַדן ווי עכטע נבֿיאים, וואָס דער אייבערשטער האָט זיי געשיקט צו ראַטעווען די נישט־ייִדישע וועלט פֿון עבֿודה־זרה. דער פֿרומער הויפּטשטראָם פֿון יענער תּקופֿה האָט נישט געהאַט קיין ערנסטע קשיאות קעגן אַזאַ שיטה. דער סוד פֿון אַזאַ נייטראַלער באַציִונג באַשטייט אין דעם, וואָס די מוסולמענער האַלטן יעזוסן בלויז פֿאַר אַ נבֿיא און גלייבן נישט, אַז ער איז אויפֿגעשטאַנען על־פּי-נס נאָכן דערמאָרדעט ווערן אויפֿן קרייץ. רבי יוסף סמברי, אַן עגיפּטישער ספֿרדישער היסטאָריקער פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, באַציט זיך אויך גאַנץ נייטראַל צום „אותו איש‟ אין זײַן ספֿר „דבֿרי יוסף‟. ער באַטאָנט, אַז יעזוס איז געווען אַ פֿרומער ייִד, וועלכער האָט קיינמאָל נישט געחלומט מבֿטל צו זײַן ייִדישקייט.
עס קאָן זײַן, אַז דווקא צוליב דער ספֿרדישער השפּעה האָט זיך אַזאַ צוגאַנג דערקײַקלט ביז איטאַליע און דײַטשלאַנד, וווּ דער באַרימטער פּוסק און חכם רבי יעקבֿ עמדין האָט זייער פּאָזיטיוו געשילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע און זײַנע תּלמידים. ווען דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער רבֿ שמואל בוטח האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַקטיש איבערגעחזרט עמדינס שיטה, האָט ער אָבער אַרויסגערופֿן אַרום זיך אַ נײַעם סקאַנדאַל.
שלום אַשס קריטיקער באַשולדיקן אים אָפֿט אין אָפּאָרטוניזם. צוליב זײַן שרײַבן אויף די כּמו־קריסטלעכע טעמעס איז ער געוואָרן אַ נאָבעל־נאָמינאַנט אינעם יאָר 1933. עס באַקומט זיך, אַז יעזוס האָט אויסגענומען אַ סך בעסער, ווי די לעסביאַנקעס. וואָס וואָלט געשען, ווען עמעצער וואָלט זיך דערוועגט צו קאָמבינירט ביידע טעמעס אין אַ נײַער פּיעסע? אָט דאָס וואָלט אַפֿילו שלום אַש אַליין, מסתּמא, באַטראַכט ווי אַ צו קאָנטראָווערסאַלער סוזשעט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.