(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פּונקט פֿאַרקערט קומט פֿאָר אין „געדענקען”. דענקען און געדענקען טאָר מען נישט אין אײַלעניש און האַוועניש, בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן נעמען נקמה. בײַ די נײַנציק איז אַלט דער הויפּט־העלד, זאבֿ גוטמאַן (Cristopher Plummer), שוין כּמעט עובֿר־בטל, אַנטלויפֿט ער פֿונעם מושבֿ־זקנים און לאָזט זיך אין וועג אַרײַן צו געפֿינען דעם נאַצי־מערדער. ער פֿאָלגט די אינסטרוקציעס, וואָס ס’האָט אים גענוי אויפֿגעשריבן אויף פּאַפּיר זײַן פֿרײַנד מאַקס (Bruno Ganz), אַ געוועזענער יעגער נאָך די נאַצישע פֿאַרברעכערס בײַ סימאָן וויזענטאַל. לויט די דאָזיקע אינסטרוקציעס, קויפֿט גוטמאַן אַ רעוואָלווער, און פֿאָרט קיין קאַנאַדע. דאָרט, ווי ס’האָט אויסגעפֿאָרשט מאַקס, האָבן ביז לעצטנס געוווינט די פֿיר רודי קורלאַנדערס, וואָס איינער פֿון זיי איז דער אמתער נאַצי־מערדער פֿון אוישוויץ, אָטאָ וואַליש.
איך וועל, אַוודאי, נישט איבערדערציילן די ווײַטערדיקע פּאַסירונגען פֿון דעם שיינעם, נאָך גענוג שטאַרקן זקן, מיט אַן איידעלער נשמה און אַ גרויסער ליבע צו מוזיק (ער שפּילט אַליין פּיאַנע). אַגבֿ, די פֿאַמיליע, גוטמאַן, איז נישט קיין צופֿעליקע, עס מיינט דאָך „אַ גוטער מענטש”. זאבֿ גוטמאַן שנײַדט דורך מיט אַן אויטאָבוס די פּרעכטיקע קאַנאַדער פּייסאַזשן, וואָס דער רעזשיסאָר האָט אָרגאַניש אַרײַנגעבראַכט אין זײַן ווערק, ווי אַ מין נאַטירלעכן באַלאַנס פֿון רו און אייביקייט, קעגן דער אָנגעשטרענגטער זוכעניש פֿונעם אומגעבראַכטן נעכטן, פֿאַרבליבן ערגעץ ווײַט אין אייראָפּע.
שוין זשע פֿאַרבליבן נאָר אין דער געשיכטע פֿון דער „אַלטער היים” און אינעם אַמנעזירנדיקן זכּרון פֿונעם אונטערגייענדיקן דור שארית־הפּליטה? די מחברים פֿונעם פֿילם ווײַזן זייער בולט, אַז אויך אויף דער געבענטשטער קאַנאַדער ערד, וואָס די צווייטע וועלט־מלחמה האָט זי אויסגעמיטן, זײַנען אַרײַנגעבראַכט געוואָרן און זיך אײַנגעוואָרצלט יענע גיפֿטיקע שפּראָצלינגען פֿון מענטשנהאַס און אַנטיסעמיטיזם. מיר זעען עס אין דער געשטאַלט פֿון קורלאַנדערס זון. רודי קורלאַנדער אַליין אַ פֿאַרברענטער זאַמלער פֿון נאַצישער סימבאָליק (אויבנאָן אויף דער וואַנט פֿון זײַן צימער הענגט דער טײַערסטער חפֿץ פֿון דער קאָלעקציע — די נאַצישע פֿאָן, “וואָס האָט געפֿלאַטקערט איבער בערלין אין דער ׳קרישטאָלנאַכט׳”), איז געשטאָרבן, אָבער זײַן ליבע צום נאַצישן פֿאַטערלאַנד האָט ער פֿאַרפֿלאַנצט אינעם זון, אַ קאַנאַדער פּאָליציאַנט. אַפֿילו דער הונט, אַ טיפּישער דײַטשער שאָפֿהונט, רײַסט זיך נאָר צו צערײַסן דעם אומפֿאַרבעטענעם גאַסט, און ווען דער זון דערוויסט זיך, אַז זאבֿ גוטמאַן איז נישט זײַן טאַטנס אַלטער פֿרײַנד, נאָר אַ געוועזענער קאַצעטלער פֿון אוישוויץ, לאָזט ער אויף אים אָן זײַן טאַטנס הונט, ווי ס’וואָלט געוויסן געטאָן דער טאַטע אַליין.
דער עפּיזאָד אינעם הויז פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם רודי קורלאַנדער איז בלי ספֿק די קולמינאַציע פֿונעם פֿילם — דער אָנזאָג פֿון די מחברים, אַז נישט נאָר יענע, וואָס האָבן געליטן מוזן געדענקען, נאָר קודם־כּל מיר, זייערע קינדער און אייניקלעך טאָרן זיך נישט נאָכגעבן דעם פֿאַרפֿירערישן מיין, אַז „אַזוינס וועט שוין מער קיין מאָל נישט געשען!”.
די שלוס־סצענע פֿונעם פֿילם „געדענקען”, ממש די לעצטע פֿינעף מינוט, קערן איבער דעם גאַנצן סוזשעט פֿונעם פֿילם. יאָ, זאבֿ גוטמאַן, געפֿינט סוף־כּל־סוף דעם ריכטיקן בלאָק־פֿיורער פֿון אוישוויץ, און פֿירט אויס דעם פּסק־דין, אָבער דער לעצטער שאָס זײַנער שטעלט נישט קיין פּונקט אין דער בלוטיקער געשיכטע פֿון נעכטן; ער ציט אונטער דעם אייביקן מאָראַלישן סך־הכּל: מע קען נישט פֿאַרבלײַבן אַן אומשולדיק שעפֿעלע אין אַ צײַט פֿון וועלפֿישע שחיטות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.