אין די הייסע טעג געפֿינט זיך ד״ר אורן ראָמאַן בעיקר אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וווּ ער לערנט ייִדיש אין דער זומער־פּראָגראַם. ער איז דער ערשטער אין אַ ריי ייִדישע פֿאָרשערס וואָס איך האָב בדעה מיט זיי צו רעדן און באַקומען דורך זיי אַ געוויס בילד פֿון דעם וואָס ס׳טוט זיך אינעם ייִדישן תּחום אין ישׂראל.
ראָמאַן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים אין יאָר 1978, איז אַ פּאָפּולערער ייִדיש־לערער אין חיפֿהער אוניווערסיטעט און אין „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, און בכלל אַן אַקטיווער טוער אין הײַנטיקן ייִדישן לעבן, אָבער דאָס מאָל וועלן מיר דווקא זיך דערווײַטערן פֿון נײַ־ייִדיש, און שמועסן וועגן אַלט־ייִדיש און בפֿרט וועגן תּנ״ך עפּאָסן — די טעמע פֿון זיין דאָקטער־אַרבעט.
מיר אַלע קענען די באַרימטע רעדע פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערן בײַם באַקומען דעם נאָבעל פּריז, ווען ער האָט דערקלערט אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס פֿאַרמאָגט ניט קיין לאַנד, און האָט ניט ווערטער פֿאַר אַרמיי און געווער. אין דײַנע תּנ”כישע עפּאָסן טרעפֿן מיר דווקא יאָ ייִדישע ריטערס, באַוואָפֿן מיט געווער אאַז״וו.
איך גלויב אַז ייִדן זיינען פֿון תּמיד אָן געווען פֿאַסצינירט פֿון אַזעלכע סימבאָלן פֿון מלוכה און מאַכט, און האָבן תּמיד געחלומט וועגן זיי. נישט קיין חידוש וואָס מע האָט געשטעלט אַ קרוין אויף דער ספֿר־תּורה — ווײַל קיין אמתער מלך איז נישטאָ. מ’האָט דערציילט וועגן ריטערס וואָס האָבן געלעבט אין דער צײַט פֿון תּנ”ך ווײַל אין דער נאָענטער סבֿיבֿה האָט מען נישט געקאָנט זען קיין ייִדישע ריטערס און קעמפֿערס.
דווקא אין יענע צײַטן, פֿון דעם 16טן יאָרהונדערט?
אויך פֿריִער, אָבער די טעקסטן וואָס איך האָב געפֿאָרשט זײַנען דעמאָלט געשריבן געוואָרן. אין יענע צײַטן, האָבן די קריסטלעכע דײַטשן געהאַט אַ סך מעשׂיות וועגן ריטערס, און די ייִדן האָבן ליב געהאַט זיך צוצוהערן צו יענע מעשׂיות און האָבן זיי איבערגעחזרט. די ייִדן האָבן געהאַט אַ קאָנפֿליקט, ווײַל טראָץ דעם וואָס די מעשׂיות זײַנען לאו דווקא קריסטלעכע, און זיי דערציילן וועגן ריטערס, פּרינצעסן, פּיפּערנאָטערס און אַנדערע מיסטישע חיות, זײַנען פֿאָרט דאָ מאָטיוון מיט וועלכע ייִדן קענען זיך נישט אינדעפֿיצירן.
דערפֿאַר האָבן זיי געזוכט ייִדישע טעמעס, און דער ענטפֿער איז געווען די דערציילונגען וועגן ייִדישע העלדן פֿון תּנ״ך: דוד המלך, שמשון הגיבור אאַז״וו. זיי האָבן געהערט די דײַטשישע מעשׂיות וועגן דיטריך פֿון בערן, הערצאָג ערנסט אָדער קעניג אַרטור, און אַדאַפּטירט זייער סטיל. שוין אין דעם ליד וועגן יוסף הצדיק אינעם קיימברידזשער כּתבֿ־יד פון 14 י״ה, באַשרײַבט מען אים ווי אַ בלאָנדער און אַ הויכער. אין די טעקסטן וואָס איך האָב געפֿאָרשט, רעדט מען וועגן די טעכנישע אינסטרומענטן וואָס זײַנען זיכער נישט געווען אין תּנ”כישע צײַטן. די העלדן באַניצן, למשל, ביקסן און פּולווער.
אין וואָס פֿאַר אַן אופֿן איז עס געשריבן געוואָרן?
די איבערזעצונגען פֿון תּנ״ך זײַנען געווען אָראַלישע. אַז מע האָט איבערגעזצט דעם חומש, אין חדר אָדער ערגעץ וווּ, איז עס געווען אויף אויסנווייניק. צוליב דעם, איז דאָס וואָס מיר ווייסן זייער באַגרענעצט, ווײַל די ייִדן האָבן ווייניק געשריבן אויף ייִדיש; געשריבן האָט מען דער עיקר אויף לשון־קודש. אין די איבערזעצונגען, און אויך אין די עפּאָסן, האָט מען געוואָלט אָפּהיטן די דעקלינאַציעס פֿון שורש אויף העברעיִש, ווי למשל די ווערטער וואָס קומען פֿון מלך — קעניג: ממלכה — קעניגרײַך, למלוך — קעניגין אאַז”וו. פֿון דעם שטאַמען אויך אַ סך קאַלקן, ווי דער אופֿן וואָס מען האָט איבערגעזעצט „וישבֿ‟ — זיצן — אינעם פּסוק „וישבֿ בארץ מואבֿ‟, ער איז געזעסן אין לאַנד מואבֿ. דאָס מיינט נישט, אַז ער איז געזעסן ממש מיט זײַן זיצפֿלייש, נאָר אַז ער האָט דאָרטן געוווינט. און עס איז אויך אינטערעסאַנט צו דערמאָנען, אַז דער טאַוטאָלאָגישער אינפֿיניטיוו, וואָס שפּעטער איז געוואָרן איינער פֿון די סימבאָלן פֿון ייִדיש, קומט פֿון אַזאַ מין קאַלק: „הלוך הלוך העצים‟ — גנגן זי זיין גנגן די בעם (גאַנגען זיי זײַנען געגאַנגען די ביימער).
וועלכע טעקסטן האָסטו געפֿאָרשט?
מיר האָבן אין אַלט־ייִדיש דעם באַרימטן „שמואל בוך‟; מיר האָבן אויך „מלכים בוך‟, אָבער ווייניק מענטשן ווייסן, אַז עס זײַנען אויך דאָ באַאַרבעטונגען פֿון ספֿר יהושע און ספֿר שופטים אין אַלט־ייִדיש — און איך האָב זיי געפֿאָרשט. צו אונדז זײַנען געקומען צוויי פֿאַרשיידענע עפּאָסן וועגן יעדן איינעם פֿון די ספֿרים. אַלע זײַנען פֿון 16טן י״ה. צוויי זײַנען געדרוקט, און פֿאָרט איז צו אונדז געקומען נאָר איין קאָפּיע. די אַנדערע זײַנען כּתבֿ־ידן, און ס’איז קלאָר אַז זיי זײַנען קאָפּירט געוואָרן. מיר האָבן צוויי פֿאַרשיידענע עפּאָסן וועגן ספֿר שופֿטים, איינער אין כּתבֿ־יד און איינער — אַ געדרוקט בוך. ביידע שטאַמען פון מאַנטואַ אין איטאַליע, אָבער ס’איז נישטאָ קיין שום פֿאַרבינדונג צווישן זיי. אַ פּנים איז עס געוואָרן דעמאָלט אַ מאָדע: אַ פֿרײַע ווידער־דערציילונג פֿון דעם תּנ״ך, אפֿשר אַ טעאַטראַלע אימפּראָוויזאַטאָרישע קונסט — מיט אַ מעלאָדיע, ווי עס שטייט דאָרטן בפֿירוש געשריבן.
צי האָט מען עס געשריבן פאַר אַ ייִדישער בינע?
נישט ממש אַ בינע; מען האָט געקאָנט זיצן אין אַ צימער און פֿאָרלייענען די טעקסטן פֿון אַ בוך, אָדער שטיין פאַרן עולם — אָבער די פֿונקציע איז טעאַטראַליש. דאָס האָט מען פֿאָרגעשטעלט ווען ס’איז געווען אַ ביסל צײַט: אין די לאַנגע ווינטערנעכט, צי אין דעם לאַנגן שבתדיקן נאָכמיטאָג זומערצײַט.
ווי אַ מין פּורים־שפּיל?
אַ פּורים־שפּיל איז איין מאָל אַ יאָר, און דאָ האָבן מיר קינסטלערס וואָס האָבן ליב צו שאַפֿן און מענטשן וואָס האָבן ליב זיך צו פֿאַרווײַלן אַ גאַנץ יאָר.
וואָס ווייסן מיר וועגן די מחברים?
זייער ווייניק, ביז גאָרנישט. איך האָב געפֿאָרשט פֿיר פֿאַרשיידענע עפּאָסן, און פֿון זיי ווייס איך נאָר איין נאָמען: יעקבֿ צו דער קאַנען. אפֿשר איז ער געקומען פֿון דער שטאָט וואָרמס אָדער פֿראַנקפֿורט אין דײַטשלאַנד, ווײַל דאָרטן האָט מען אָנגערופֿן מענטשן לויט דעם שילד וואָס איז געווען אויף דעם הויז (קאַנע הייסט אַ קאַן, אַ קענדל). אַ חוץ דעם ווייסן מיר אַז צוויי כּתבֿ־ידן האָט מען קאָפּירט אין צפֿון־איטאַליע, אין די שטעט ברעשאַ און מאַנטאָוואַ, און זיי האָבן טאַקע אַ צפֿון־איטאַליענישן כאַראַקטער. די סאָלדאַטן זײַנען אָנגעטאָן וועלשע (ד״ה איטליע, אין אַלט־ייִדיש), למשל. דווקא אינעם עפּאָס פֿון אָט דעם יעקבֿ צו דער קאַנען האָב איך געפֿונען אַן איטאַליעניש וואָרט: עברעער, דאָס הייסט ייִדן, ווי מע רופֿט די ייִדן אויף איטאַליעניש.
וויפֿל ייִדיש זײַנען די טעקסטן?
דער אופֿן וואָס מע באַהאַנדלט דעם תּנ״ך איז זייער ייִדיש. ייִדן דערציילן דעם תּנ״ך מיט די אַלע מדרשים, און די קריסטן האָבן, דער עיקר, דעם פּשט, און דערצו זוכן זיי טיפּאָלאָגישע אָנווייזן פֿאַר ישו. למשל, עקדת יצחק דערמאָנען זיי ווי די קרייצונג פֿון ישו, בעת אויף ייִדיש איז עס אַ סימבאָל פֿון קידוש־השם, פֿון גלות. פֿון דער אַַנדערער זײַט, אומבאַוווּסט זײַנען דאָ אַ סך השפּעות, ווײַל ייִדן האָבן געזען כּלערליי פּאָפּולערע מינהגים פֿון די קריסטן — נישט אין קלויסטער, נאָר אויף דער גאַס.
צי האָט דער מחבר זיך באַזירט אויף די מקורים אָדער צוגעטראַכט סיטואַציעס?
נאָר קליינע צוגעטראַכטע פּרטים, למשל, ווען ער באַשרײַבט דאָס עסן אָדער די קליידער פֿון די העלדן. ער קריטיקירט נישט דעם תּנ״ך, אַ חוץ איין מאָל, אין דער פּרשה פֿון יפֿתּחס טאָכטער: ער שרײַבט אַז ער קאָן נישט גלויבן אַז יפֿתּח איז געווען אַזוי גראָב און דערהרגעט זײַן טאָכטער. אָבער דער מחבר האָט נישט קיין שום פּראָבלעם צו דערציילן אַז שמשון הגיבור האָט דערהרגעט דרײַסיק פּלישתים.
צי קאָן מען זען סימנים פֿון דעם צײַטגייסט, דאָס הייסט די אידעען פֿון האָמאַניסטישן רענעסאַנס?
גאָרנישט מיט אַ נישט. דער מחבר קריטיקירט קיינמאָל נישט די מקורים. אפֿשר ווען ער רעדט וועגן עראָטישע ענינים, ווי למשל, דער מאַן פֿון פּילגש בגבעה: „זײן לייב בראנט אים וויא איין קערץ‟ (זײַן לײַב האָט געברענט ווי אַ ליכט) — אַזוי האָט ער געבענקט נאָך זײַן פֿרוי.
וואָס קענען מיר זיך אָפּלערנען פֿון די עפּאָסן וועגן די ייִדן פֿון אָט דער תּקופֿה?
אַ סך. ווײַל וואָס מע שרײַבט אויף ייִדיש האָט צו טאָן, בדרך־כּלל, מיט פּשוטע ייִדן. איך האָב געפֿונען באַשרײַבונגען פֿון מינהגים וואָס הײַנט זיינען זיי אין גאַנצן אַנדערש, אָדער עקזיסטירן ניט מער. צום בײַשפּיל, איך האָב געלייענט וועגן דער „וואַכנאַכט‟ — פֿרויען וואָס קומען פֿאַר דעם ברית און וואַשן דאָס קינד און וואַרפֿן מטבעות אין וואַסער אַרײַן. און נאָך עפּעס, וואָס גליקל פֿון האַמעל דערמאָנט אַ סך יאָרן שפּעטער: פֿאַר דער חתונה לאָזט מען זיך „שויאן‟ (שויען): דער חתן קומט צו דער קהילה פֿון דער כּלה, כּדי מענטשן זאָלן אים אָנקוקן.
צי האָבן זיי טאַקע גערעדט אין אַזאַ מין אַלט־ייִדיש?
דאָס לשון אין די עפּאָסן איז נישט קיין שפּראַך וואָס מען האָט געהערט יעדן טאָג. ס’איז פּאָעטיש און אַלץ איז זייער סטיליזירט. עס זײַנען יאָ דאָ אידיאָמען, ווי למשל דאָס וואָס דבֿורה הנבֿיאה זאָגט וועגן סיסרא: „ער איז טויט — און טויטע מאַכן קיין קריג נישט‟. אַזאַ מין אידיאָם עקזיסטירט אויך אין מאָדערן ייִדיש.
אָבער דעם אמת געזאָגט, צום באַדויערן, איז אויך דער מאָדערנער ייִדיש הײַנט צו טאָג אַ מין טויטע שפּראַך. אויך אין מאָדערנעם ייִדיש איז שווער צו מאַכן אַ פֿעלדאַרבעט און זוכן מענטשן, וואָס ייִדיש איז זייערע מאַמע־לשון. אַלט־ייִדיש איז טאַקע אַ טויטע שפּראַך, אָבער נײַ־ייִדיש איז אויך נישט ווײַט פֿון דעם מצבֿ, און איך פּרוּוו אָפּצוהיטן וואָס ס׳איז געבליבן. אין דעם אופֿן זע איך נישט קיין גרויסע נפקא־מינה צווישן די צוויי מינים ייִדיש. זיי זײַנען ביידע שׂרידים פֿון אַ רײַכער קולטור. ייִדיש ווערט נישט פֿאַרשוווּנדן, און זי וועט אפֿשר בלײַבן מער לעבעדיק ווי לאַטײַן, אָבער אַ סך ווייניקער פֿון אַ לעבעדיקער שפּראַך. די ראָלע פֿון אַ ייִדיש־לערער — און איך בתוכם — איז זיך באַמיִען אָפּצוהיטן וואָס ס׳איז געבליבן.
און ווי קומסטו בכלל צו ייִדיש?
בזכות מײַן באָבע האָב איך תּמיד ליב געהאַט די שפּראַך. דערנאָך, אין אוניוועריסטעט, האָב איך אָנגעהויבן שטודירן ביאָלאָגיע און ייִדיש, און נאָך איין סעמעסטער האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז ביאָלאָגיע אינטערעסירט מיך נישט אַזוי שטאַרק, און ייִדיש — זייער אַ סך. האָב איך דאָרטן געלערנט מאָדערנע ליטעראַטור, שפּראַך־וויסנשאַפֿט, אָבער פֿאַר מײַן מאַגיסטער־אַרבעט האָב איך באַשלאָסן, אַ דאַנק מײַן לערערקע פּראָפֿ’ חוה טורניאַנסקי, שרײַבן וועגן אַלט־ייִדיש. נאָך דעם האָב איך ווײַטער געפֿאָרשט די זעלבע טעמעס.
איך האָב זייער ליב די אַלט־ייִדיש ליטעראַטור. זי איז שיין און רײַך, אָבער איך האָב אויך הנאה צו לייענען שלום־עליכמס אַ מאָנאָלאָג אָדער [אַבֿרהם] סוצקעווערס אַ פּאָעמע, אָדער מאָדערנע פֿאָלקס־לידער. די תּנ״כישע עפּאָסן האָב איך געוויילט ווײַל קיינער האָט זיי נישט געפֿאָרשט, און זיי זײַנען זייער אינטערעסאַנט.
אינטערעסאַנט, צי שטייען זיי אין אַ הויכער ניוואָ?
וועגן שייקספּיר האָט מען געזאָגט אין דער צײַט אַז זײַנע פּיעסן זײַנען נאָר אַ פֿאַרווײַלונג, און נאָר שפּעטער זײַנען זיי געוואָרן דעם קאַנאָן אַליין. פֿאַרשטייט זיך, די אַלט־ייִדישע טעקסטן זײַנען אַ סך מער רוי ווי אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, אָבער ס’איז אַ וויכטיקער דאָקומענט, וואָס לערנט אונדז אַ סך: פֿון שטאַנדפּונקט פֿון דער קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע.
ווען דו וואָלטסט געקענט צוריקפֿאָרן אין צפֿון־איטאַליע פֿון יענע צײַטן, וואָס פאַר אַ סוד ווילסטו נאָך אַנטפּלעקן?
אויב איך וואָלט געקענט האָבן אַ צײַטמאַשין און פֿאָרן אַהין אויף אַ באַזוך, וואָלט איך זייער שטאַרק געוואָלט הערן די קלאַנגען און זען די סיטואַציעס — ווי אַזוי האָט מען דערציילט אָדער געזונגען די עפּאָסן? איך וואָלט, ווי שלום־עליכם האָט געשריבן, געגעבן אַ זאַק באָרשט צו הערן יענע מעלאָדיעס, און רעדן מיטן עפּישן פּאָעט — פּשוט ווי אַ ליבהאָבער פֿון דער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.