(די 2 טע זײַט פֿון 2)
להיפּוך צו די טעקסטן פֿון „אָבעריִוטן‟, איז לעװינס בוך אָנגעשריבן אין אַ רעאַליסטישן סטיל. אַזױ װי שלום־עליכמס „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, באַשטײט זי פֿון יחידישע דערצײלונגען, װאָס צוזאַמען פֿורעמען זײ אַ מין נאַראַטיװע „באַן‟. יעדע געשיכטע דערצײלט פֿון שרעקלעכע יסורים, װאָס האָבן באַטראָפֿן ייִדישע קינדער בעתן בירגערקריג. ייִנגלעך און מײדלעך דערצײלן, אױף אַ קינדיש־נאַיִװן אופֿן, װעגן הריגות, געװאַלד, הונגער, קראַנקײטן און הײמלאָזיקײט, װאָס זײ האָבן געליטן אין משך פֿון לאַנגע חדשים ביז מען האָט זײ אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער קינדערהײם.
לעװין שטאַמט פֿונעם װײַסרוסישן שטעלט ליאַדי, דאָס גרינדונג־אָרט פֿונעם חב”ד־חסידות. זײַן נאָמען דערמאָנט אָן דעם צװײטן, דעם „מיטלערן‟ רבין, און ער אַלײן איז געװען אַן אַרײַנגײער אין דעם פֿינפֿטן רבינס שטוב אין לענינגראַד אין 1927. לױט אײניקע מקורים, האָט ער אײן מאָל געבראַכט דעם רבין צו גאַסט זײַן חבֿר כאַרמס, װעלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט ייִדישקײט. אָבער אין „צען װאַגאָנען‟ זײנען כּמעט ניטאָ קײן שפּורן פֿון טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן־שטײגער. די העלדן פֿון לעװינס דערצײלונגען זײַנען אַרײַנגעװאָרפֿן געװאָרן אין אַ װעלט אָן רחמים, פֿול מיט אַכזריות און רציחה, שׂינאה און שװינדל. די אַבסורדישקײט, װאָס די מחברים פֿון „אָבעריִו‟ האָבן ליב געהאַט פֿאָרצושטעלן װי אַ שפּיל, װערט דאָ שױדערלעך און גראָטעסק.
אײניקע מיטצײַטלער האָבן פֿאַרגליכן לעװינען מיט לײב קװיטקאָ, און מען קאָן טאַקע זען געװיסע פּאַראַלעלן צװישן לעװינס „צען װאַגאָנען‟ און קװיטקאָס „ליאַם און פּעטריק‟, כאָטש די האַנדלונג פֿון קװיטקאָס ראָמאַן קומט פֿאָר פֿאַר דער רעװאָלוציע. בכּלל קאָן מען זאָגן, אַז „צען װאַגאָנען‟ שטײט צװישן דער רוסישער און ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור פֿון די 1920ער. די טעמע פֿון קינדהײט און בפֿרט די פּראָבלעם פֿון יתומדיקײט האָט פֿאַרנומען אַ װיכטיקן אָרט אין בײדע ליטעראַטורן. אין דער ייִדישער ליטעראַטור באַװײַזט זיך די פֿיגור פֿון אַ יתום שױן אין די סענטימענטאַלע מעשׂיות פֿון יעקבֿ דינעזאָן, אָבער דער סאַמע באַרימטער ליטעראַרישער יתום איז אַװדאי שלום־עליכמס מאָטל.
די טראַגישע געשעענישן פֿון 1914־1921 האָבן צוגעגעבן אַ נײַע דימענסיע צו דער דאָזיקער געשטאַלט. דער יתום דינט װי אַ סימבאָל פֿון ייִדישע קאָלעקטיװע יסורים, אָבער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרקערפּערט ער אױך אַ האָפֿענונג אױף אַ נײַער צוקונפֿט. די ייִדישע קינדער־קאָלאָניע װערט אַ מין אינדזל פֿון דער קומעדיקער קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט, װוּ די קינדער װערן אױסגעהײלט פֿון זײערע טראַװמעס און אױפֿגעצױגן לױטן נײַעם קאָמוניסטישן גײַסט.
די פּראָבלעם פֿון ייִדישע יתומים האָט אין יענער צײַט עקזיסטירט ניט נאָר אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. פֿישל שנאיורסאָן, אַ באַקאַנטער פּסיכיאַטער, שרײַבער און ייִדישער דענקער, האָט זיך אָפּגעגעבן מיט שאַפֿן ייִדישע יתומים־הײמען אין דײַטשלאַנד, פּױלן און אַפֿילו אין אַמעריקע. ער האָט גענוצט דערבײַ זײַן אײגענעם פּעדאַגאָגישן מעטאָד. עס איז מערקװירדיק, אַז סײַ לעװין און סײַ שנאיורסאָן זײַנען אַלײן אױפֿגעצױגן געװאָרן אין דער סבֿיבֿה פֿון חב”ד. די דאָזיקע טעמע װאַרט נאָך אױף אַ געהעריקער פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.