דער רוסישער בירגערקריג פֿון 1918־1920 האָט איבערגעלאָזט העכער װי 300,000 ייִדישע יתומים.
זײערע עלטערן זײַנען אומגעקומען אין פּאָגראָמען און שלאַכטן, װאָס זײַנען געװען באַזונדערס בלוטיק אין אוקראַיִנע. אין סאָװעט־רוסלאַנד האָט די מלוכה, מיט דער אַקטיװער באַטײליקינג פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אָרגאַניזירט פֿאַר זײ צענדליקער קינדער־קאָלאָניעס. די סאַמע באַקאַנטע קינדער־קאָלאָניע פֿאַר ייִדישע יתומים איז געװען אין מאַלאַכאָװקע לעבן מאָסקװע. צװישן די לערער זײַנען דאָרט געװען אַזעלכע באַרימטע פֿיגורן װי דער קינסטלער מאַרק שאַגאַל און דער שרײַבער דער נסתּר.
װײניקער באַקאַנט איז די ייִדישע קינדערהײם אין לענינגראַד, װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער געבײַדע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן מושבֿ־זקנים אױפֿן װעסיליעװסקי אינדזל. דער דירעקטאָר פֿון אָט דעם אַנשטאַלט איז געװען זינאָװי (זוסמאַן) קיסעלהאָף, װאָס האָט זיך קונה־שם געװען פֿאַר דער רעװאָלוציע מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק.
אין אײנעם אַן אָסיען־אָװנט פֿון 1929 האָבן זיך צװײ לענינגראַדער שרײַבער געלאָזט אױף אַ שפּאַציר. פּלוצעם איז געפֿאַלן אַ שלאַקס־רעגן. זײ האָבן געזוכט װוּ זיך צו באַהאַלטן און דערזען אַ גאַנעק מיט אַ דאַך. אַ ייִנגל האָט זײ אײַנגעלאַדן צו זיך אין שטוב, און זײ האָבן זיך געפֿונען אין דער לענינגראַדער ייִדישער קינדערהײם. אַזױ הײבט זיך אָן דאָס בוך „צען װאַגאָנען‟ פֿון דױבװבער (אַזױ האָט ער געשריבן זײַן נאָמען אױף רוסיש) לעװין (1904–1941). לעװין געהערט צו די פֿאַרגעסענע ייִדיש־רוסישע שרײַבער פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן, װאָס ערשט לעצנטס װערן זײערע װערק בהדרגה אומגעקערט צו דעם לײענער. לעװינס ליטעראַרישע ירושה באַשטײט פֿון עטלעכע ביכער פֿאַר קינדער און יוגנט, אָבער זײַנע ניט־פֿאַרעפֿנטלעכטע כּתבֿ־ידן פֿאַר דערװאַקסענע לײענער זײַנען, צום באַדױערן, פֿאַרברענט געװאָרן מיט זײַן גאַנצן אַרכיװ בעת דער בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד אין 1941-1944.
לעװין האָט געהערט צו דער אַװאַנגאַרדער ליטעראַרישער גרופּע פֿון „אָעבעריִו‟ (פֿאַראײניקונג פֿון רעאַלער קונסט). זײער שאַפֿונג באַטאָנט אַ נטיה צו אַבסורדישקײט, װאָס אַנטבלױזט צומאָל אױך די אַבסורדישע אַספּעקטן פֿון דער סאָװעטישער רעאַליטעט. די „אָבעריִוטן‟, און לעװין בתוכם, זײַנען געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין קינדער־ליטעראַטור, װאָס איז געװען פֿאַר זײ אַ מין מקום־מקלט פֿאַר דרײסטע עקספּערימענטן מיט דער שפּראַך. די סאַמע באַרימטע פֿיגור אין דער דאָזיקער גרופּע איז געװען דער דיכטער דאַניִיִל כאַרמס, און דװקא ער, צוזאַמען מיט לעװינען, באַװײַזט זיך אין דעם אָנהײב־עפּיזאָד פֿון „צען װאַגאָנען‟. דאָס באַצייכנט װאַלערי דימשיץ אין זײַן הקדמה צו דער נײַער אױסגאַבע פֿונעם בוך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.