אַרטיסטן שטעלן זייער חסידישן עבֿר אויף דער בינע

Artists Bring Their Hasidic Past to the Stage

גאָלדי האָפֿמאַן
Ralph Gabriner
גאָלדי האָפֿמאַן

פֿון מאַשע פֿאָגעל

Published July 27, 2016, issue of July 27, 2016.

פֿאַרן אַרײַנגאַנג פֿון טעאַטער, אין צענטער מאַנהעטן, אַ הײסער נאַכט אין יולי, שטײט אַ קליינער עולם מענטשן. מע רײכערט אַ סיגאַרעט, מע שמועסט און מע באַקענט זיך אײנער מיטן צװײטן. װער עס האָט אַן אײַנלאַדונג גײט אַרײַן. אַנדערע װאַרטן. צום סוף װעט מען זײ אַלע אַרײַנלאָזן. דער קלײנער „אָנדער סײנט מאַרקס טעאַטער‟ איז געפּאַקט מיט מענטשן. אַלטע, יונגע, מײדלעך, בחורים, ייִדישיסטן, געװעזענע חסידים, אױך אַן אײן-אײנציקער חסיד מיט פּאות און הײמישע בגדים… ייִדיש־רעדנדיקע, ענגליש־רעדנדיקע…. כּלערלײ סאָרטן מענטשן זענען געקומען זען די ייִדישע שפּיל: „פֿרײַ מיט אַן אמת‟.

די פּראָדוצענטין און רעזשיסאָרין פֿון דער שפּיל, מילענאַ אַיאַש קאַרטאָװסקי, קומט אַרױף די ערשטע אױף דער סצענע. אין אַ שװאַרצן לאַנגן קלײדל, מיט אַ שנירל ברילאַנטן, הײבט זי אָן צו רעדן מיט גרױס עמאָציע און כאַריזמע. די קראַפֿטיקע פּראָדוצענטין איז אויך אַ ייִדישע זינגערין, שרײַבערין און אַנטראָפּלאָג, װעלכע װױנט אין פּאַריז, אָבער איז געקומען אױף אַ חודש קײן ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געװױנט מיט עטלעכע יאָר צוריק, ספּעציעל כּדי דורכצופֿירן זײער אַן אָריגינעלן פּראָיעקט: אַ טעאַטער־„לאַבאָראַטאָריע‟, אַן עקספּערימענט מיט יונגע געװעזענע חסידים, װעמען זי האָט אױסגעלערנט די קלאַסישע מעטאָדן פֿון טעאַטער — פֿון סטאַניסלאַװסקי און פֿון גראָטאָווסקין.

אַצינד רעדט מילענאַ צום עולם. זי באַװאָרנט אונדז: דאָס איז נישט קײן טראַדיציאָנעלע פּיעסע, נאָר אַ „פּערפֿאָרמאַנס‟; דער רעזולטאַט פֿון אַכט טעג אַרבעט, װען די פֿינעף אַקטיאָרן האָבן צוזאַמען, אַזױ צו זאָגן, געװױנט, געאַרבעט, געפּרוּװט בעסער זיך צו באַקענען מיט זיך אַלײן.

„דאָס װעט זײַן סײַ אױף ייִדיש סײַ אױף ענגליש,‟ האָט מילענאַ דערקלערט. „װעגן שול און װעגן דער גאַס, װעגן די פֿראַגעס פֿון די קינדעריאָרן און װעגן דעם לײַדן פֿון דערװאַקסענע. װי אַזױ גײט מען אַריבער פֿון אײן װעלט צו אַ צװײטער? און װאָס טאָמער די צװײטע װעלט, די פֿרײַע, סעקולערע, דרױסנדיקע װעלט, איז נישט אַזױ שײן װי מ’האָט עס געחלומט?‟

אלעזר טווערסקי שטעלט פֿאָר דעם ערשטן קאַפּיטל. דער יונגערמאַן, אַ דאַרער, מיט שװאַרצע האָר און בלױע אױגן אײַנגערעמט מיט ברילן, שפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִדישן, הײמישן סטאָליער. „2000 דאָלער פֿאַר אַ טיש? יאָ! נאָר קוקט אַהער: דאָס איז אַ טיש אַ ייִדישער. דער אַרבעטער װאָס האָט עס אױסגעבױט האָט עס נישט פּשוט אַזױ באַאַרבעט. װי װױל ער האָט געקלאַפּט מיטן האַמער, האָט ער נאָך אין דער זעלביקער צײַט אַ בלעטל גמרא געלערנט. מע קוקט און מען קלאַפּט, ביז מע צעקלאַפּט זיך אַ פֿינגער… און אָט האָט איר אַ טיש מיט ייִדישן בלוט… דאָס הײסט אַ ירושה פֿאַר די קינדער…‟

פֿון רעכטס: אלעזר טווערסקי און מעליסאַ ווײַס
Ralph Gabriner
פֿון רעכטס: אלעזר טווערסקי און מעליסאַ ווײַס