ווען הירש לעווין איז דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון דײַטשלאַנד אין 1940 נאָכן שמאַכטן זעקס חדשים אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער „זאַקסענהאַוזען‟ האָט ער זיכער ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז בערלינער מוזיקער וועלן הײַנט אַרויסלאָזן אַן אַלבאָם פֿון דער מוזיק, וואָס ער האָט פּראָדוצירט.
אַפֿילו ווען לעווין האָט געגרינדעט זײַן פּלאַטע־פֿירמע (בלע׳׳ז: record label) „זמר‟ (Semer) אין 1932 ווי אַ טייל פֿון זײַן יודאַיִקאַ־קראָם „העברעיִשע בוכהאַנדלונג‟, האָט ער שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד איז שטאַרק באַדראָט. במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף און אַ האַלב יאָר האָט זײַן מאַרקע „זמר‟ אַרויסגעלאָזט הונדערטער רעקאָרדירונגען פֿון אַ ריזיקער צאָל זשאַנערן: ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק, חזנות, פּאָפּולערע דזשעז־ און קאַבאַרעט־לידער אויף דײַטש, רוסישע פֿאָלקס־לידער, קליינקונסט אויף ייִדיש, איטאַליענישע אַריעס און נאָך.
די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די מוזיקאַלישע סטילן קען מען צום טייל „באַדאַנקען‟ דעם נאַצישן ראַסיזם: לעווין האָט לכתּחילה פּלאַנירט צו רעקאָרדירן צום מערסטנס ייִדישע זשאַנערן אַזוי ווי חזנות און ייִדישע פֿאָלקס־לידער. צוליב דעם, אָבער, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרווערט, אַז ייִדישע מוזיקער זאָלן שפּילן אָדער רעקאָרדירן פֿאַר „עכטע דײַטשן‟, האָבן די ייִדן, וואָס האָבן געשפּילט קאַבערעט־ און אַנדערע פּאָפּולערע לידער אויף דײַטש, ווי אויך קלאַסישע מוזיק, געדאַרפֿט רעקאָרדירן זייער מוזיק פֿאַר „זמר‟ און ענלעכע ייִדישע פּלאַטע־פֿירמעס. אַזוי אַרום האָט לעווינס פֿירמע רעקאָרדירט סײַ טראַדיציאָנעלע חזנים און פֿאָלקס־זינגער פֿון פּוילן אַזוי ווי דער גרויסער חזן ישׂראל באַקאָן, סײַ געוועזענע דײַטשישע טעאַטער־שטערן אַזוי ווי דער קאַבערעט־זינגער ווילי ראָזען — איינער פֿון די פּאָפּולערסטע זינגער אין דײַטשלאַנד אין די 1920ער יאָרן.
לעווינס זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד איז טאַקע מקיים געוואָרן ווען די נאַצישע האָרדעס האָבן אין דער „קרישטאָלנאַכט‟, דעם 9טן נאָוועמבער, חרובֿ געמאַכט זײַן געשעפֿט בעת עס האָבן נאָך געפֿלאַקערט די דערבײַיִקע שילן אין זײַן געגנט „שוינענפֿירטל‟. פֿאַר זײַן קראָם „העברעיִשע בוכהאַנדלונג‟ האָט מען פֿאַרברענט די מער ווי 4,500 פּלאַטעס, וואָס האָבן זיך דאָרט געפֿונען, אויף אַ ריזיקן שײַטער. מיט „קרישטאָלנאַכט‟ איז געקומען ניט בלויז דער סוף פֿון זײַן פֿירמע „זמר‟, נאָר אויך די לעצטע מאָמענטן פֿון דער אוניקאַלער קאָסמאָפּאָליטישער ייִדישער קולטור פֿון זײַן בערלין, וואָס איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן פֿרײַען אויסטויש צווישן די וועלטן פֿון מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע.
אַזוי ווי אַ סך אײַנוווינער פֿון „שוינענפֿירטל‟ האָט מען לעווין, ווי אַ פּוילישער ייִד, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דײַטשלאַנד נאָכן שמאַכטן אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. נאָך אַ קורצער צײַט אין טשעכיע איז עס אים געלונגען אין 1940 צו געפֿינען אַן אָרט אויף אַ שיף וואָס האָט געזאָלט פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. דער שיף איז אָבער אונטערגעגאַנגען לעבן איטאַליע און לעווין, צוזאַמען מיט די אַנדערע פּאַסאַזשירן, איז אַרעסטירט געוואָרן דורך די איטאַליענער. פֿון דאָרטן האָט עס זיך אים, סוף־כּל־סוף, אײַנגעגעבן צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער האָט זיך ווידער געטראָפֿן מיט זײַן פֿרוי ראָדלע און זײַנע קינדער וואָלף (הײַנט זאבֿ) און רבֿקה. צוזאַמען מיט זאבֿ האָט ער אין ישׂראל געגרינדעט „זמר‟ פֿונדאָסנײַ. ער האָט ווײַטער אָנגעפֿירט מיט דער פּלאַטע־פֿירמע ביז זײַן טויט אין 1958.
כאָטש „זמר‟ איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים ישׂראל, איז עס ניט געווען קיין פֿולער המשך פֿון זײַן בערלינער גילגול: די אַלע מעטאַלענע פּלאַטעס מיט די אָריגינעלע רעקאָרדירונגען (בלע׳׳ז masters) האָבן די דײַטשן צעשטערט און מע האָט ניט געקענט באַקומען קיין קאָפּיעס פֿון די אַרויסגעלאָזטע אַלבאָמען. דערצו האָבן כּמעט אַלע מוזיקער וואָס האָבן רעקאָרדירט פּלאַטעס פֿאַר „זמר‟ מער ניט געלעבט — דער גרויסער חזן ישׂראל באַקאָן, למשל, איז דערמאָרדעט געוואָרן אין בעלזשיץ אין 1943 צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון; און ווילי ראָזען — דער אַמאָליקער דײַטשישער „פּאָפּ‟־שטערן — איז דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ אין 1944.
במשך פֿון פֿופֿציק יאָר, ביז די 1990ער יאָרן, האָט עס אויסגעזען, אַז די קולות פֿון די דערמאָרדעטע ייִדישע זינגער זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק אין די פֿלאַמען פֿון די נאַצי־שײַטערס. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, זענען די פּלאַטעס געווען אַ סך מער פֿאַרשפּרייט ווי מע האָט געמיינט און קאָפּיעס פֿון כּמעט אַלע רעקאָרדירונגען האָבן זיך על־פּי־נס אָפּגעהיט אין גאָר אומדערוואַרטע ערטער. פֿון 1992 ביז 2001 איז דער דײַטשישער מוזיקאָלאָג ד׳׳ר רײַנער לאָץ געפֿאָרן איבער דער גאַנצער וועלט, כּדי ווידער צונויפֿצושטעלן דעם גאַנצן קאַטאַלאָג פֿון „זמר‟־פּלאַטעס. נאָך יאָרן פֿון לאָצעס גריבלען זיך אין די אַרכיוון און זוכן אויף די ירידן האָט מען אין 2002 אַרויסגעלאָזט דורך דער פֿירמע Bear Family Records אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון עלף קאָמפּאַקטדיסקן מיט 267 רעקאָרדירונגען פֿון לידער, וואָס „זמר‟ און ענלעכע ייִדישע פּלאַטע־פֿירמעס האָבן אַרויסגעלאָזט אין דײַטשלאַנד פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די רעקאָרדירונגען זענען געוואָרן אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג בײַם „בערלינער ייִדישן מוזיי‟, וווּ עס אַרבעט פֿאַביאַן שנעדלער, אַ דײַטשישער מוזיקער וואָס זינגט ייִדישע לידער שוין 17 יאָר. ס׳איז שנעדלערן אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון לידער, וואָס הירש לעווין האָט לכתּחילה אַרויסגעלאָזט דורך זײַן פֿירמע „זמר‟ אין די 1930ער יאָרן. כּדי צו מאַכן אַזאַ קאָנצערט דאַרף מען דאָך פֿעיִקע מוזיקער וואָס קענען זינגען און שפּילן דעם ספּעציאַליזירטן רעפּערטואַר. פֿאַר דעם האָט דער „בערלינער ייִדישער מוזיי‟, אָנגעשטעלט דעם קאָמפּאָזיטאָר און אַקאָרדעאָן־שפּילער אַלען בערן צוזאַמענצושטעלן אַן אַנסאַמבל, וואָס זאָל זיך אויסלערנען אַ טייל פֿונעם „זמר‟־קאַטאָלאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.