ווען הירש לעווין איז דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון דײַטשלאַנד אין 1940 נאָכן שמאַכטן זעקס חדשים אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער „זאַקסענהאַוזען‟ האָט ער זיכער ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז בערלינער מוזיקער וועלן הײַנט אַרויסלאָזן אַן אַלבאָם פֿון דער מוזיק, וואָס ער האָט פּראָדוצירט.
אַפֿילו ווען לעווין האָט געגרינדעט זײַן פּלאַטע־פֿירמע (בלע׳׳ז: record label) „זמר‟ (Semer) אין 1932 ווי אַ טייל פֿון זײַן יודאַיִקאַ־קראָם „העברעיִשע בוכהאַנדלונג‟, האָט ער שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד איז שטאַרק באַדראָט. במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף און אַ האַלב יאָר האָט זײַן מאַרקע „זמר‟ אַרויסגעלאָזט הונדערטער רעקאָרדירונגען פֿון אַ ריזיקער צאָל זשאַנערן: ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק, חזנות, פּאָפּולערע דזשעז־ און קאַבאַרעט־לידער אויף דײַטש, רוסישע פֿאָלקס־לידער, קליינקונסט אויף ייִדיש, איטאַליענישע אַריעס און נאָך.
די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די מוזיקאַלישע סטילן קען מען צום טייל „באַדאַנקען‟ דעם נאַצישן ראַסיזם: לעווין האָט לכתּחילה פּלאַנירט צו רעקאָרדירן צום מערסטנס ייִדישע זשאַנערן אַזוי ווי חזנות און ייִדישע פֿאָלקס־לידער. צוליב דעם, אָבער, וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרווערט, אַז ייִדישע מוזיקער זאָלן שפּילן אָדער רעקאָרדירן פֿאַר „עכטע דײַטשן‟, האָבן די ייִדן, וואָס האָבן געשפּילט קאַבערעט־ און אַנדערע פּאָפּולערע לידער אויף דײַטש, ווי אויך קלאַסישע מוזיק, געדאַרפֿט רעקאָרדירן זייער מוזיק פֿאַר „זמר‟ און ענלעכע ייִדישע פּלאַטע־פֿירמעס. אַזוי אַרום האָט לעווינס פֿירמע רעקאָרדירט סײַ טראַדיציאָנעלע חזנים און פֿאָלקס־זינגער פֿון פּוילן אַזוי ווי דער גרויסער חזן ישׂראל באַקאָן, סײַ געוועזענע דײַטשישע טעאַטער־שטערן אַזוי ווי דער קאַבערעט־זינגער ווילי ראָזען — איינער פֿון די פּאָפּולערסטע זינגער אין דײַטשלאַנד אין די 1920ער יאָרן.
לעווינס זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד איז טאַקע מקיים געוואָרן ווען די נאַצישע האָרדעס האָבן אין דער „קרישטאָלנאַכט‟, דעם 9טן נאָוועמבער, חרובֿ געמאַכט זײַן געשעפֿט בעת עס האָבן נאָך געפֿלאַקערט די דערבײַיִקע שילן אין זײַן געגנט „שוינענפֿירטל‟. פֿאַר זײַן קראָם „העברעיִשע בוכהאַנדלונג‟ האָט מען פֿאַרברענט די מער ווי 4,500 פּלאַטעס, וואָס האָבן זיך דאָרט געפֿונען, אויף אַ ריזיקן שײַטער. מיט „קרישטאָלנאַכט‟ איז געקומען ניט בלויז דער סוף פֿון זײַן פֿירמע „זמר‟, נאָר אויך די לעצטע מאָמענטן פֿון דער אוניקאַלער קאָסמאָפּאָליטישער ייִדישער קולטור פֿון זײַן בערלין, וואָס איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן פֿרײַען אויסטויש צווישן די וועלטן פֿון מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע.
אַזוי ווי אַ סך אײַנוווינער פֿון „שוינענפֿירטל‟ האָט מען לעווין, ווי אַ פּוילישער ייִד, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דײַטשלאַנד נאָכן שמאַכטן אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. נאָך אַ קורצער צײַט אין טשעכיע איז עס אים געלונגען אין 1940 צו געפֿינען אַן אָרט אויף אַ שיף וואָס האָט געזאָלט פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. דער שיף איז אָבער אונטערגעגאַנגען לעבן איטאַליע און לעווין, צוזאַמען מיט די אַנדערע פּאַסאַזשירן, איז אַרעסטירט געוואָרן דורך די איטאַליענער. פֿון דאָרטן האָט עס זיך אים, סוף־כּל־סוף, אײַנגעגעבן צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער האָט זיך ווידער געטראָפֿן מיט זײַן פֿרוי ראָדלע און זײַנע קינדער וואָלף (הײַנט זאבֿ) און רבֿקה. צוזאַמען מיט זאבֿ האָט ער אין ישׂראל געגרינדעט „זמר‟ פֿונדאָסנײַ. ער האָט ווײַטער אָנגעפֿירט מיט דער פּלאַטע־פֿירמע ביז זײַן טויט אין 1958.
כאָטש „זמר‟ איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים ישׂראל, איז עס ניט געווען קיין פֿולער המשך פֿון זײַן בערלינער גילגול: די אַלע מעטאַלענע פּלאַטעס מיט די אָריגינעלע רעקאָרדירונגען (בלע׳׳ז masters) האָבן די דײַטשן צעשטערט און מע האָט ניט געקענט באַקומען קיין קאָפּיעס פֿון די אַרויסגעלאָזטע אַלבאָמען. דערצו האָבן כּמעט אַלע מוזיקער וואָס האָבן רעקאָרדירט פּלאַטעס פֿאַר „זמר‟ מער ניט געלעבט — דער גרויסער חזן ישׂראל באַקאָן, למשל, איז דערמאָרדעט געוואָרן אין בעלזשיץ אין 1943 צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון; און ווילי ראָזען — דער אַמאָליקער דײַטשישער „פּאָפּ‟־שטערן — איז דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ אין 1944.
במשך פֿון פֿופֿציק יאָר, ביז די 1990ער יאָרן, האָט עס אויסגעזען, אַז די קולות פֿון די דערמאָרדעטע ייִדישע זינגער זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק אין די פֿלאַמען פֿון די נאַצי־שײַטערס. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, זענען די פּלאַטעס געווען אַ סך מער פֿאַרשפּרייט ווי מע האָט געמיינט און קאָפּיעס פֿון כּמעט אַלע רעקאָרדירונגען האָבן זיך על־פּי־נס אָפּגעהיט אין גאָר אומדערוואַרטע ערטער. פֿון 1992 ביז 2001 איז דער דײַטשישער מוזיקאָלאָג ד׳׳ר רײַנער לאָץ געפֿאָרן איבער דער גאַנצער וועלט, כּדי ווידער צונויפֿצושטעלן דעם גאַנצן קאַטאַלאָג פֿון „זמר‟־פּלאַטעס. נאָך יאָרן פֿון לאָצעס גריבלען זיך אין די אַרכיוון און זוכן אויף די ירידן האָט מען אין 2002 אַרויסגעלאָזט דורך דער פֿירמע Bear Family Records אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון עלף קאָמפּאַקטדיסקן מיט 267 רעקאָרדירונגען פֿון לידער, וואָס „זמר‟ און ענלעכע ייִדישע פּלאַטע־פֿירמעס האָבן אַרויסגעלאָזט אין דײַטשלאַנד פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די רעקאָרדירונגען זענען געוואָרן אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג בײַם „בערלינער ייִדישן מוזיי‟, וווּ עס אַרבעט פֿאַביאַן שנעדלער, אַ דײַטשישער מוזיקער וואָס זינגט ייִדישע לידער שוין 17 יאָר. ס׳איז שנעדלערן אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם פֿון לידער, וואָס הירש לעווין האָט לכתּחילה אַרויסגעלאָזט דורך זײַן פֿירמע „זמר‟ אין די 1930ער יאָרן. כּדי צו מאַכן אַזאַ קאָנצערט דאַרף מען דאָך פֿעיִקע מוזיקער וואָס קענען זינגען און שפּילן דעם ספּעציאַליזירטן רעפּערטואַר. פֿאַר דעם האָט דער „בערלינער ייִדישער מוזיי‟, אָנגעשטעלט דעם קאָמפּאָזיטאָר און אַקאָרדעאָן־שפּילער אַלען בערן צוזאַמענצושטעלן אַן אַנסאַמבל, וואָס זאָל זיך אויסלערנען אַ טייל פֿונעם „זמר‟־קאַטאָלאָג.
„די ערשטע פֿראַגע איז געווען, וועמען קלײַב איך אויס צו שפּילן?‟ האָט בערן דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „האָב איך זיך געוואָּנדן צו מענטשן, מיט וועמען איך אַרבעט שוין דרײַסיק יאָר, אַזוי ווי לאָרין [סקלאַמבערג, דער הויפּט־זינגער פֿון די „קלעזמאַטיקס‟], ווי אויך אַנדערע מוזיקער, וואָס איך האָב צוטרוי אין זייער קינסטלערישקייט און זייער פֿעיִקייט צו קענען זינגען אין פֿאַרשידענע סטילן. איך האָב אויסגעקליבן מענטשן, פֿאַר וועמען איך האָב צוטרוי אין דעם, אַז זיי האָבן אַ סך דרך־ארץ פֿאַר דער טראַדיציע, אָבער האָבן אויך ניט קיין מורא זיך צו דערווײַטערן אַ ביסל פֿון איר און צו זײַן אָריגינעל‟.
בערן האָט ווײַטער דערקלערט, אַז די שטאָט בערלין, וווּ ער וווינט זינט 1987, איז אויך געווען אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין זײַן אויסקלײַב. „אַחוץ לאָרין (סקלאַמבערג) וווינען שוין אַלע מוזיקער אין בערלין‟, האָט בערן געזאָגט. „אַפֿילו מיט צען יאָר צוריק וואָלט עס בכלל ניט געווען מעגלעך צוזאַמענצושטעלן אַזאַ אַנסאַמבל. אין די לעצטע יאָרן זענען אָבער אַהערגעקומען אַ ריי געניטע מוזיקער, וואָס באַציִען זיך ערנסט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק, ווי אויך צו זייער אייגענעם שאַפֿערישן קול ווי אַ טייל פֿון אָט דער טראַדיציע. אַזאַ ניוואָ, אַזאַ הויכער קולטורעלער סטאַנדאַרד, האָט ניט עקזיסטירט דאָ אין בערלין זינט די 1930ער יאָרן‟.
אַזוי ווי די מוזיקער, וואָס האָבן לכתּחילה רעקאָרדירט פֿאַר „זמר‟, זענען אַ סך פֿון די אָנטיילנעמער אינעם „זמר‟־אַנסאַמבל אימיגראַנטן, וואָס זענען צוגעצויגן געוואָרן צו בערלין אַ דאַנק זײַן קאָסמאָפּאָליטישן כאַראַקטער. אַחוץ בערן קומען דער טרומייט־שפּילער פּאָל בראָדי און דער „פּאָנק־קלעזמער‟ מוזיקער און אַקטיאָר דניאל קאַהן אויך פֿון אַמעריקע. דער פֿידלער מאַרק קאָוונאַצקי שטאַמט פֿון רוסלאַנד — און די זינגערין סאַשע לוריא — פֿון ריגע, לעטלאַנד. צוזאַמען מיט זיי שפּילן צווײַ דײַטשן: דער זינגער פֿאַביאַן שנעדלער, וואָס האָט לכתּחילה פֿאַרטראַכט דעם אַנסאַמבל, און דער באַס־שפּילער מאַרטין ליליך, וואָס איז באַקאַנט פֿאַרן שפּילן אַ סך זשאַנערן, אַרײַנגערעכנט „דזשעז‟, קלאַסישע, אַפֿריקאַנער, איבערישע און גריכישע מוזיק.
„פֿאַר די נאַציס איז בערלין מסתּמא געווען די סאַמע פּראָגרעסיווסטע און פֿאַרשידנאַרטיקסטע שטאָט אין אייראָפּע וואָס שייך פּאָליטיק, מין, אימיגראַנטן און אַזוי ווײַטער‟, האָט בערן דערקלערט. „איך מיין אַז דער הײַנטיקער בערלין ווערט אינספּירירט פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע און לעבט זי אויף. ס׳איז טאַקע אַ מין טראַדיציע פֿאַר זיך צו זײַן ׳טראַנס־קולטורעל׳ אין בערלין‟.
אַחוץ זייער בשותּפֿותדיקער באַציִונג צו בערלין זענען די אַלע מוזיקער פֿריִער געווען פּראָפֿעציאָנעל פֿאַרבונדן ווי אָפֿטע לערער אין דער אינטענסיווער פֿינף־וואָכיקער קלעזמער־ און קונסט־פּראָגראַם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟, וואָס בערן האָט געגרינדעט אין 1999. טאַקע בשעת „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ האָט מען צום ערטשן מאָל דעביוטירט טיילן פֿונעם „זמר־אַנסאַמבלס‟ רעפּערטואַר. זינט דער אָפֿיציליער לאַנצירונג פֿון דער קאַפּעליע אויף אַ קאָנצערט אין יולי 2012 האָבן די „זמרניקעס‟ זיך אויסגעלערנט מער ווי דרײַסיק לידער פֿונעם אַמאָליקן רעפּערטואַר און האָבן זיי געשפּילט אויף קאָנצערטן אין וואַרשע, קאָפּנהאַגן, לעמבעריק, און אַ ריי אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט. דער „זמר־אַנסאַמבל‟ וועט באַלד פֿאָרשטעלן זײַן פּראָגראַם אין קאַנאַדע בײַם פֿעסטיוואַל „קלעזקאַנאַדע‟ אין די לאָרענשענער בערג פֿון קוויבעק, און בײַם „אַשכּנז־פֿעסטיוואַל‟ אין טאָראָנטאָ.
„מיר האָפֿן, אַז מיר וועלן באַלד קענען מאַכן אַן עכטן טור איבער צפֿון־אַמעריקע‟, האָט אַלען בערן געזאָגט.
פֿאַר די וואָס ווילן אָבער ניט וואַרטן אויף אַזאַ טור, כּדי צו הערן דעם „זמר־אַנסאַמבל‟, קען מען שוין געניסן פֿון דער גרופּעס מוזיק אַ דאַנק אַ נײַעם אַלבאָם Rescued Treasure (געראַטעוועטע אוצרות), וואָס עס האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט די פּלאַטע־פֿירמע Pirhana אין דײַטשלאַנד. דעם אַלבאָם, וואָס מע האָט רעקאָרדירט דירעקט בעת אַ סעריע קאָנצערטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין נאָוועמבער בײַם „גאָרקי־טעאַטער‟ אין בערלין, נעמט אַרײַן 12 לידער פֿונעם אַנסאַמבלס רעפּערטואַר. אַזוי ווי די מוזיק וואָס הירש לעווין האָט אין אָנהייב רעקאָרדירט אין די 1930ער יאָרן, שטעלן די לידער אויף Rescued Treasure מיט זיך פֿאָר אַ ריי זשאַנערס.
ווילי ראָזענס ליד Im Gasthof zur Goldenen Schnecke (אין דער קרעטשמע „דער גאָלדענער שנעק‟), וואָס דער קאַבערעט־זינגער האָט אַליין קאָמפּאָנירט, ווערט פּרעכטיק געזונגען דורך פֿאַביאַן שענדלער, סאַשע לוריא און לאָרין סקלאַמבערג. פֿונעם פֿריילעכן טאָן וואָלט מען קיינמאָל זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז ראָזען האָט עס רעקאָרדירט אין דעם קעלער פֿון אַ בערלינער שיל אין 1935 פֿאַר דער ייִדישער פּלאַטע־פֿירמע Lukraphon, ווײַל דער אַמאָליקער פּאָפּ־שטערן האָט, צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, מער ניט געקענט רעקאָרדירן אין קיין געהעריקן סטודיאָ. די נײַע רעקאָרדירונג, אַזוי ווי ראָזענס אָריגינעלער נוסח, ווײַזט ניט אַרויס קיין סימנים פֿונעם מצבֿ, אין וועלכן מע האָט עס לכתּחילה רעקאָרדירט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם טראַגישן גורל פֿונעם מחבר.
נאָך אַ ליד אויפֿן אַלבאָם פֿון אַ געוועזענער דײַטשישער „פּאָפּ‟־זינגערין איז סאַשע לוריאס מײַסטערישע אויספֿירונג פֿון דאָראַ גערסאָנס Die Welt Ist Klein Geworden (די וועלט איז קליין געוואָרן). די געוועזענע פֿילם־שטערן און קאַבערעט־זינגערין האָט תּחילת געזונגען דאָס ליד בעת דער זעלביקער רעקאָרדיר־סעסיע אינעם קעלער פֿון אַ בערלינער שיל, אין וועלכער ווילי ראָזען האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן קאַבערעט־ליד וועגן דעם „גאָלדענעם שנעק‟. דאָס ליד, מיט ווערטער פֿון פֿרעד ענדריקאַט, איז געווען מער פּאַסיק פֿאַר די טראַגישע אומשטענדן אין וועלכע מע האָט עס רעקאָרדירט ווי ראָזענס. עס דערציילט וועגן דעם פּאַראַדאָקס, אַז אין דער זעלביקער צײַט וואָס מע קען פֿליִען אַרום דער וועלט און רעדן מיט מענטשן אויף אַלע קאָנטינענטן, ווערט די מענטשהייט וואָס בייזער און די אומפֿאַרשטענדענישן וואָס גרעסער. לוריאס נוסח שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם פּאַטאָס, פּײַן און דעם ווידערשטאַנד קעגן די פּאָליטישע ווירקלעכקייטן, וואָס מע הערט אינעם אָריגינאַל. גערסאָן האָט געטראָפֿן דעם זעלביקן גורל ווי ראָזען: זי, איר מאַן און צוויי קינדער זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ אין 1943.
צווישן די פֿינף ייִדיש־שפּראַכיקע לידער אויפֿן אַלבאָם געפֿינט מען אַ ריי סטילן און זשאַנערס. „שלום־בית‟, למשל, איז אַ שוואַרצע קאָמעדיע־שטיקל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ דיאַלאָג געזונגען דורך דניאל קאַהן און סאַשע לוריא. דאָס ליד, לכתּחילה רעקאָרדירט דורך די ייִדיש־שפּראַכיקע בערלינער קאַבערעט־שטערן (און פּאָרפֿאָלק) אסתּר און יעקבֿ מאָשקאָוויץ פֿאַר „זמר‟ אין 1931, דערציילט פֿון אַ מאַן־און־ווײַב, וואָס קריגט זיך און בעט זיך איבער. דאָס שונד־שטיקל, אויף אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, געפֿעפֿערט מיט אַבסורדישע שטראַשונקעס וועגן זעלבסטמאָרד און קללות, איז אַ חנעוודיקער זכר פֿון אַ כּמעט־פֿאַרגעסענער קאַבערעט־טראַדיציע אויף ייִדיש.
זייער אַנדערש איז דאָס פֿאָלקסליד „דאָס קינד ליגט אין וויגעלע‟ וועגן אַ נאָר־וואָס געשטאָרבענער מאַמע. די אומגעוויינטלעכע אַראַנזשירונג פֿונעם אָריגינאַל, וואָס עס האָט רעקאָרדירט שמעון בערקאָוויץ אין 1931, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן דורכן „זמר־אַנסאַמבל‟ אינעם רירנדיקסטן ליד אויפֿן נײַעם אַלבאָם. געזונגען פֿון אַלע זינגער, סײַ איינציקווײַז, סײַ בציבור און מיט אַ מוזיקאַלישער באַגלייטונג וואָס מישט צונויף אַ טראַדיציאָנעלן סטיל מיט „ראָק‟־מוזיק — און אַן אויסערגעוויינטלעכן טרומייט־סאָלאָ פֿון פּאָל בראָדי, שיידט זיך דאָס ליד אונטער מער ווי אַלע אַנדערע פֿון זײַן אָריגינעלן נוסח.
„ס׳איז אַ מער הײַנטצײַטיקער אופֿן אויסצודריקן ייִאוש‟, האָט בערן דערקלערט וועגן דעם נײַעם נוסח פֿון „דאָס קינד ליגט אין וויגעלע‟. „געוויסע לידער האָבן מיר פֿאָרגעשטעלט כּמעט אַזוי ווי אין דער אָריגינעלער רעקאָרדירונג, אַנדערע זענען גאַנץ אַנדערש. אויב אַלע לידער קלינגען די זעלביקע ווי פֿריִער, איז עס ניט כּדאַי צו שאַפֿן נײַע נסוחאָות. אויב די אַלע רעקאָרדירונגען זענען אָבער גאַנץ אַנדערש, איז עס בכלל ניט כּדאַי זיי ווידער צו רעקאָרדירן. ס׳איז אַ דיאַלאָג צווישן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דער צוקונפֿט, צווישן באַזונדערע צוגאַנגען וואָס רעדן איינער מיטן אַנדערן‟.
עס ווײַזט זיך אַרויס אַז פּונקט אַזאַ דיאַלאָג איז זייער פּאָפּולער בײַם הײַנטיקן עולם: דער אַלבאָם Rescued Treasure האָט זיך לעצטנס באַוויזן אויף דער ליסטע פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע רעקאָדירונגען אין אייראָפּע אין דער קאַטעגאָריע „וועלט־מוזיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.