(די 2 טע זײַט פֿון 2)
סמיט שרײַבט װעגן פֿינף היסטאָריקער׃ ישעיה טרונק, פֿיליפּ פֿרידמאַן, נחמן בקומענטאַל, יוסף קערמיש און מאַרק דװאָרזשעצקי. זײ אַלע האָבן געלעבט אין פּױלן פֿאַר דער מלחמה, איבערגעלעבט דעם חורבן אונטער דער אָקופּאַציע אָדער אין דער סאָװעטישער עװאַקואַציע, און האָבן פֿאַרלאָזט פּױלן אין גיכן נאָכן סוף פֿון דער מלחמה. זײער אידעאָלאָגישע אָריענטאַציע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַקאַדעמישע אינטערעסן פֿאַר דער מלחמה זײַנען געװען פֿאַרשידענע, אָבער זײ האָבן אַלע בכּיװן אױסגעקליבן ייִדיש װי די שפּראַך פֿון זײער חורבן־פֿאָרשונג.
דער פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג דערמעגלעכט סמיטן צו דערװײַזן די עיקרדיקע ענלעכקײטן און חילוקים צװישן אָט די פֿינף היסטאָריקער. זײ האָבן אַ ספּעציעלן אינטערעס צו פּרטים פֿון ייִדישן לעבן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, צו דער רעגיאָנאַלער אײגנאַרטיקײט פֿון פֿאַרשידענע שטעט און געגנטן און צו פֿאַרשידענע פֿאָרמעס פֿון קהלישער אָרגאַניזאַציע און קאָלעקטיװן װידערשטאַנד. װי יחידי־סגולה צװישן די ייִדיש־רעדנדיקע שארית־הפּליטה, האָבן די ייִדישע היסטאָריקער גענומען אױף זיך אַ ספּעציעל שליחות׃ „זײ האָבן אַלײן איבערגעלעבט די טראַװמע, מיט װעלכער עס האָט זיך אָפּגעגעבן דער גאַנצער יידיש־רעדנדיקער עולם נאָך דער מלחמה, און זײ האָבן צוגעשטעלט זײער בקיאות און קענטענישן, כּדי צו העלפֿן דערקלערן און באַגרײַפֿן אָט די טראַװמע”.
דאָס רובֿ פֿון דער דיסערטאַציע איז געװידמעט דעם פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון די חורבן־פֿאָרשונגען אױף ייִדיש פֿון די סוף־1940ער ביז די 1980ער יאָרן. סמיט באַטאָנט די מעטאָדאָלאָגישע המשכדיקײט צװישן אָט דער חורבן־געשיכטע און די היסטאָרישע פֿאָרשונגען, װאָס מען האָט געמאַכט פֿאַר דער מלחמה. בפֿרט װיכטיק איז דער אינטערעס צו פּראָסטע ייִדן און זײער לעבן אונטער פֿאַרשידענע אומשטאַנדן, צו מאָל ביז גאָר שװערע און ביטערע. עס איז מערקװירדיק, אַז פֿאַר דער מלחמה האָבן די דאָזיקע היסטאָריקער אַ קנאַפּן אינטערעס אין פֿאָרשן די סאַמע חורבנות, װאָס זענען באַפֿאַלן דאָס ייִדישע פֿאָלק אין משך פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע.
און דאָך דװקא די ייִדישע היסטאָרישע באַשרײַבונגען פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן געדינט װי אַ יסוד פֿאַר די חורבן־היסטאָריקער. סמיט דערמאָנט בקיצור דעם מאָנומענטאַלן זאַמלבוך „פּנקס פֿאַר דער געשיכטע פֿון װילנע אין די יאָרן פֿון דער מלחמה און אָקופּאַציע”, אָבער מאַכט ניט קײן געהעריקן טעמאַטישן און מעטאָדאָלאָגישן אַנאַליז פֿונעם דאָזיקן װערק. ער פֿאַררופֿט זיך בלױז אױף די אַרטיקלען װעגן מעדיצין און געזונט, אָבער מען קאָן װײַזן אַז דאָס גאַנצע מעטאָדישע גערעם פֿונעם װילנער „פּנקס” האָט שפּעטער געדינט װי אַ מוסטער פֿאַר די פֿאָרשונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין געטאָ און לאַגערן, בפֿרט אין װילנע און װאַרשע. און פּונקט װי דער „פּנקס” און אַנדערע שריפֿטן װעגן װילנע בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן געהאָלפֿן אױספֿורעמען אַ נײַ געפֿיל פֿון אַחדות און המשכדיקײט צװישן ייִדן אין דער גאַנצער װעלט, אַזױ האָבן אױך די ייִדיש־שפּראַכיקע חורבן־פֿאָרשונגען זיך באַצװעקט אױף צו שאַפֿן אַ נײַע קאָלעקטיװע אידענטיטעט דורך דערצײלן װעגן דער װירקלעכקײט פֿונעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן קיום בעתן חורבן. דער אונטערשיד איז געװען אין דעם, װאָס דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם נאָכן חורבן איז געװען אַ סך קלענער און שװאַכער אײדער נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, און די אױפֿנאַמע פֿון דער חורבן־געשיכטע אױף ייִדיש איז פֿאַרבליבן באַגרענעצט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.