איז לוקסוס געוואָרן שוין אַ מיצווה?

Does Judaism Encourage Luxury?

דוד רויטמאַן פּרעזענטירט זײַנע לוקסוס־חפֿצים
Facebook
דוד רויטמאַן פּרעזענטירט זײַנע לוקסוס־חפֿצים

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 02, 2016, issue of August 29, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נישט ווייניק חסידישע כּלות קויפֿן אַ חופּה־קלייד פֿאַר 10 טויזנט דאָלאַר אָדער מער, כּדי עס אָנצוטאָן בלויז איין טאָג, הגם אין אַ גמ״ח קאָן מען באָרגן בחינם אָדער פֿאַר אַ קליינעם פּרײַז דאָס זעלביקע קלייד. לכל־הפּחות, זע איך פּערזענלעך נישט קיין חילוק, נישט זײַענדיק אַ מומחה אין די „ברענדס‟. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס אַפֿילו אָרעמע כּלות, וואָס באַקומען די רעגירונג־בענעפֿיטן און האָבן ווייניק געלט, מיינען, אַז מע מוז צונויפֿשטעלן אַ ריזיקע סומע געלט צו שפּילן אַן עכטע חסידישע חתונה. להיפּוך, האָבן די חסידים אין מיזרח־אייראָפּע, געוויינטלעך, געשפּילט חתונות מיט אַ קליינעם עולם אין אַ הויף.

די געברויך־טענדענץ צום לעבן איז, אַוודאי, נישט אַ ספּעציפֿיש־ייִדישער פֿענאָמען. דעם 16טן יולי איז אויף דער וועבזײַט פֿון „קאָמסאָמאָלסקאַיאַ פּראַוודאַ‟, איינע פֿון די חשובֿסטע רוסישע צײַטונגען, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ גיפֿטיקער שאָוויניסטישער אַרטיקל קעגן די טאַדזשיקן. אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד פֿירן די טאַדזשיקישע אַרבעטער די זעלבע ראָלע, ווי די מעקסיקאַנער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די טאַדזשיקן ווערן כּסדר עקספּלואַטירט און דערצו אַסאָציִיִרט מיט „טעראָריזם‟, הגם למעשׂה פֿירן זיי זיך אויף שטיל; זײַענדיק מוסולמענער, ווײַזן זיי אַרויס אַ קלענערע נטיה צו שיכּורן, ווי די רוסן.

אַזוי צי אַזוי, טענהט דער מחבר, סערגיי פּאָנאָמאַריאָוו, אַז די טאַדזשיקישע אַרבעטער טראָגן אין רוסלאַנד די זעלבע ביליקע „ברענדס‟, אַבי די שיך זאָלן שײַנען און די הויזן אויסזען טײַער. די טאַדזשיקישע אַקטיוויסטן האָבן, פֿון זייער צד, באַמערקט, אַז דער מחבר באַטראַכט זיך אויף זײַן „פֿייסבוק‟ ווי אַ „דערוויש‟, כאָטש ער אַליין איז נישט קיין מוסולמענער. אויף פּערסיש מיינט דאָס דאָזיקע וואָרט אַ קבצן, ווײַל די באַרימטע מוסולמענישע מיסטיקער זענען געווען אָרעמע נע־ונדניקעס. אַן עכטער דערוויש וואָלט אָבער נישט קריטיקירט די מלבושים פֿון די אַרומיקע מענטשן.

די חסידישע טראַדיציע איז פֿול מיט מוסטערס פֿון צדיקים, וואָס האָבן זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט פֿונעם מאַטעריעלן עשירות און האָבן זיך בוכשטעבלעך באַנוגנט מיט ברויט און וואַסער. די מעשׂה אַרום דעם באַקאַנטן בראַצלעווער ניגון „עוז והדר לבֿושה‟ אילוסטרירט גאַנץ גוט רבי מחמנס באַציִונג צו גשמיות. מע דערציילט, אַז ווען איינער אַן אָרעמער חסיד האָט געשטעלט די חופּה פֿאַר זײַן טאָכטער, האָט זי נישט געהאַט קיין חופּה־קלייד. דער טאַטע האָט צוגעזאָגט צו געבן איר אַן אַנדער מין מתּנה — אַ שיינעם ניגון אויף די ווערטער פֿונעם פּסוק פֿון „משלי‟, וואָס באַטאָנט, אַז דאָס אמתע שיינקייט פֿון דער פֿרוי איז אין איר האַרץ. לויט דער בראַצלעווער טראַדיציע, טאָר מען נישט האַנדלען שבת, ווײַל אין דער משיחישער צוקונפֿט וועט געלט און מאַרק־עקאָנאָמיע בכלל בטל ווערן.

דער זון פֿונעם רמב״ם, רבי אַבֿרהם, אַ באַרימטער מנהיג פֿון די מיזרחדיקע ייִדן, האָט זיך ביטער באַקלאָגט, אַז אין אַ סך שילן, אַנשטאָט דאַוונען ווי געהעריק, שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די זילבערנע לײַכטער און אַנדערע טײַערע באַצירונגען. אין די קלאַסישע מוסר־ספֿרים, אַשכּנזישע און ספֿרדישע, איז באַקאַנט אַ מין אַנטי־קאַפּיטאַליסטישער מאָטיוו, לויט וועלכן דאָס גשמיותדיקע עשירות שטערט דעם רוחניותדיקן מצבֿ פֿונעם מענטש. די אַמאָליקע חסידי־אַשכּנז אָדער חסידי־מצרים, די נאָכפֿאָלגער פֿונעם רמב״מס רבנישער דינאַסטיע אין עגיפּטן, אָדער די תּלמידים פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ, וואָלט זיכער נישט געווען צופֿרידן, אַז אינעם הײַנטיקן חסידישן ציבור, זענען עקסטרעם־טײַערע פֿוטער־היט און שײַטלעך געוואָרן אַ מין אוניפֿאָרם. ס׳זעט אויס, אַז בײַ אַ טייל מאָדערנטע רוסישע ייִדן, נישט געקוקט אויף די עקאָנאָמישע צרות אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, זענען גאָר טײַערע יאַרמלקעס און אַנדערע סימנים פֿון ייִדישקייט אויך געוואָרן אַ מאָדע. עס וועט אָבער זײַן אָן אַ שיִער וויכטיקער, ווען אין די רוסלענדישע און אוקראַיִנישע ייִדישע קרעמלעך וועלן זיך באַווײַזן קלאַסישע חסידישע ספֿרים — אַרײַנגערעכנט די, וואָס באַציִען זיך צו לוקסוס־מינהגים גאַנץ נעגאַטיוו און סאַרקאַסטיש.