(די 2 טע זײַט פֿון 3)
דעם אמת געזאָגט, איז דאָס בילד, ווען איך האָב עס באַקומען, מיר נישט זייער געפֿעלן. דער מאַן האָט געהאַט אַ פּנים אַזוי רונד און רויט ווי אַ באַלאָן, און עס איז געווען אַזוי באַוואַקסן מיט ווײַסע געקרײַזלטע האָר, אַז מ׳האָט נאָר געקענט זען די אויגן — בלויע, זייער אינטענסיווע — וואָס האָבן ווי געגלאָצט גלײַך אויף מיר. דער אַנהייב פֿון אַ פּליך איז בײַ אים געווען פֿאַרדעקט מיט אַ גרויסער שוואַרצער יאַרמלקע. דאָס איז מיר יאָ געפֿעלן. דאָס איז אַ באַווײַז, אַז ער איז שטרענג פֿרום און ער שעמט זיך נישט מע זאָל דאָס זען — נישט ווי די איצטיקע מאָדערנע ייִדישע מענער וואָס זייערע יאַרמלקעס, זייערע „כּיפּות“ זײַנען ניט מיט קיין סך גרעסער ווי אַ פֿופֿציק־סענטיקע מטבע.
מע קען אַ סך אַרויסדרינגען פֿון אַ בילד אויב מע קוקט זיך גוט אַרײַן. כ׳האָב אינעם בילד גוט אַרײַנגעקוקט און באַשלאָסן, אַז דער מענטש האָט אַ גוט האַרץ און אַ גוטע נשמה. די אויגן זײַנען דאָך אַ פֿענצטער צו דער נשמה, ניין?
דער עיקר איז, אַז ער איז מיר צוגעשיקט געוואָרן פֿונעם אייבערשטן, און צו איבערקלײַבעריש וועגן אויבנאויפֿיקע זאַכן טאָר מען נישט זײַן. ער איז געווען אַן אַלמן אין אַן אָננעמלעכן עלטער. ער האָט אַ גוטע אַרבעט, העלפֿט מענטשן, האָב איך געעפֿנט מײַן האַרץ און געזאָגט, אַז ער קען צו מיר אָנקלינגען. אויף אַזוי ווײַט האָב איך געגלויבט, אַז ער איז מײַן זיווג, אַז ווען אַ פֿרײַנדינע האָט מיר דערציילט וועגן אַ נײַער זיכערער סגולה, האָב איך שוין אַפֿילו נישט געוואָלט הערן דערפֿון. אָבער זי האָט זיך פֿעסטגעשטעלט, אַז מיר וועט די סגולה געפֿעלן ווײַל מיר געפֿעלן אַווענטורעס. יעצט האָב איך געמוזט כאָטש הערן וואָס דאָס איז. די סגולה הייסט שלוח הקן, מע קלעטערט אַרויף אויף אַ הויכן לייטער צו אַ מאַמע פֿויגל וואָס בריט אירע אייער און מע טרײַבט זי אַוועק פֿונעם נעסט ווען מע נעמט די אייער. אַוואָסער אַכזריות איז דאָס? אַזאַ נאַרישקייט? אַרויפֿצוקלעטערן אויף אַ הויכן לייטער אין אַ לאַנגער זשופּקע און אַוועקטרײַבן אַן אומשולדיקן פֿויגל? אַ סוף זאָל עס שוין נעמען! איך האָב באַלד מײַן פֿרײַנד פֿון מילוואָקי צוריקגעקלונגען און געזאָגט, אַז דער טעראַפּעווט פֿון דענווער מעג מיר קלינגען. ”איך האָב נאָך נישט קיין סך אויסגעפֿונען וועגן אים,“ האָט מײַן פֿרײַנד געזאָגט. אָבער איך האָב דאָס אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט. „אויב דו האָסט זײַן טעלעפֿאָן, בעט אים ער זאָל מיר קלינגען מאָרגן אין אָוונט“.
און אַזוי איז טאַקע געווען. זײַן קול איז געווען אַ ביסל מאָדנע, אַ ביסל הויך. צום ערשט האָב איך געמיינט, אַז אַ פֿרוי רעדט. אָבער ניין, דאָס איז ער, דער טעראַפּעווט. ער האָט נישט לאַנג געוואָלט רעדן. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט פֿײַנט צו רעדן טעלעפֿאָניש ווײַל מע קען קיין מאָל נישט וויסן ווער הערט זיך אונטער. כ׳האָב זיך צעלאַכט. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער וויצלט זיך אַזוי. „ניין, ס׳איז נישט קיין שפּאַס. הער זיך גוט צו, וועסטו קענען הערן ווי עמעצער שאַרט פּאַפּירן אין הינטערגרונט“.
„איז ווי קען איך זיך מיט דיר דורכרעדן?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
„מיר קענען טעקסטלען,“ האָט ער געענטפֿערט. און ער האָט מיך טאַקע געטעקסטלט עטלעכע מאָל, ביז ער האָט געזאָגט, אַז איך געפֿעל אים און מיר קענען זיך טרעפֿן ווען ער קומט רעדן מיט זײַן רעדאַקטאָר די קומענדיקע וואָך. דאָס גאַנצע געשפּרעך איז געווען אַ ביסל אָנגעשפּאַנט, אָבער איך האָב זיך געפֿרייט, אַז מיר האָבן נישט געדאַרפֿט רעדן וואָכן לאַנג וועגן קלייניקייטן. ער האָט נישט געבעטן, ווי אַ סך אַנדערע קאַוואַליערן, אַז איך זאָל פֿאָרן צו אים. אָבער אַ ביסל מאָדנע איז יאָ געווען דאָס וואָס ער האָט זיך געוואָלט טרעפֿן אויף דער גאַס פֿאַרן רעסטאָראַן און מיר געהייסן פֿאָרן מיט אַ טאַקסי און אַרויסשטײַגן מיט אַ בלאָק פֿריִער, ווײַל ס’איז געזינטער צו גיין אַ ביסל צו פֿוס און אָטעמען די פֿרישע לופֿט, ווײַל די לופֿט אין טאַקסיס איז פֿאַרפּעסטיקט.
ער האָט אויסגעקליבן אַ קליינעם, נישט זייער טײַערן רעסטאָראַן, וווּ ער קען דעם אייגנטימער, אַן אַנדער וועטעראַן, אַן אָרנטלעכער מענטש וואָס ער ווייסט וועט גאָרניט פֿרעמדס אַרײַנטאָן צו אים אין דער טיי.
איך האָב זיך צעלאַכט און געטראַכט, אַז ער היט זיך, אַזוי ווי אַ סך פֿון מײַנע פֿרײַנד טוען, אַז אַלץ וואָס זיי עסן זאָל זײַן אָרגאַניש. פֿונדעסטוועגן האָט זיך מיר עפּעס מאָדנע אָנגעהויבן דרייען אין בויך. כ׳האָב אויסגעטרונקען אַ גרויסן קופֿל פֿון מײַן באַליבסטן באַרויִקנגס־מיטל, קאַמילן־טיי, און זיך אַליין געפֿרעגט: וואָס איז מיט דיר איצט? דער אייבערשטער האָט געענטפֿערט דײַן געבעט. דו ביסט שוין נישט צוגעוווינט אַז אַ מאַן זאָל זײַן נאָרמאָל און טראַכטן וועגן וואָס איז גוט פֿאַר דיר: פֿרישע לופֿט, געזונטע עסנס…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.