(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווי עס האָט זיך שטענדיק געפֿירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די פּאַרטיי און דאָס פֿאָלק געווען געאייניקט און איינשטימיק. דאָס האָט געמיינט צו זאָגן נאָר איין זאַך — אַלע באַשלוסן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי נעמט דאָס פֿאָלק אָן איינשטימיק. די „איינשטימיקייט‟ פֿלעגט זיך בדרך־כּלל אויסדריקן דורך טויזנטער פֿאַרזאַמלונגען און מיטינגען — אין שטעט און דערפֿער, פֿאַבריקן און קאָלווירטן, אוניווערסיטעטן און שולן; מיט איין וואָרט, דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אין דעם פֿאַרטאָן געווען, און די פּרעסע האָט עס גענוי אָפּגעשפּיגלט אויף אירע שפּאַלטן.
דאָס ייִדישע קול וועגן דעם געזעץ האָט אַרויסגעבראַכט די מאָסקווער ייִדישע צײַטונג „עמעס‟, וואָס האָט אָפּגעדרוקט די מיינונגען פֿון די ביראָבידזשאַנער אײַנוווינער — עכט ייִדישע שטימען, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעגאָסן אינעם אַל־פֿאַרבאַנדישן אינטערנאַציאָלן ברודער־כאָר. אָט הערט זיך די שטים פֿון דער אַרבעטאָרין מאַניע פּריבלודע:
„מיט גרויס פֿרייד האָב איך באַטראַכט דאָס געזעץ־פּראָיעקט. איך בין צופֿרידן דערמיט, וואָס מ’פֿאַרווערט די אַבאָרטן. איך שטאָלציר, וואָס איך בין אַ מוטער פֿון צוויי קינדער. זיי דערוואַרט אַ גליקלעך און ליכטיק לעבן.‟
אַן אַרבעטאָרין, פֿרוי וווּלפֿאָוויטש, האָט געזאָגט אַזוי:
„ווען איך האָב געוווינט אין דער בורזשואַזער ליטע, האָבן די קינדער אָפֿט געהונגערט. מיר פֿלעגן אַרבעטן 13 שעה אַ מעת־לעת און ניט געהאַט וואָס צו געבן עסן די קינדער. די צוויי יאָר, וואָס מיר וווינען אין ביראָבידזשאַן זײַנען ליכטיקע יאָרן אין מײַן לעבן. די קינדער האָבן די מעגלעכקייט צו וואַקסן און צו אַנטוויקלען זיך, זײַנען פֿריידיק און גליקלעך.‟
און אָט וואָס ס’האָט געזאָגט די אַרבעט־אויפֿזעערין, פֿרוי גאָרליצקי, אַליין אַ דעפּוטאַט אין ביראָבידזשאַנער שטאָט־ראַט. זי איז געקומען אויף איינער פֿון די פֿאַרזאַמלונגען, וווּ מ’האָט דיסקוטירט דעם געזעץ־פּראָיעקט, מיט אַ קינד אויף די הענט: „דאָס איז מײַן דריט קינד, און איך בין שטאָלץ דערמיט. איך בין אַנטציקט פֿון דעם געזעץ־פּראָיעקט.‟
צום סוף, גיט די צײַטונג צו: „אמת, עס זײַנען דאָ אויך קעגנערישע מיינונגען, אָבער זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קליינע מינדערהייט.‟
דאָס אַנטי־אַבאָרט געזעץ איז אָנגעגאַנגען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1936 ביז 1955, ווען ניקיטאַ כרושטשאָוו האָט אים אָפּגעשטעלט. שוין מיט פֿינף יאָר שפּעטער האָבן קינסטלעך איבערגעריסן דאָס פֿאַרגיין אין טראָגן 6 מיליאָן פֿרויען — אַ מין אייגנטאַרטיקער וועלט־רעקאָרד.
די טעמע אַבאָרטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז מער פֿאַרבונדן מיט די רעליגיעזע קאַנאָנען. זי ווערט אויך אויסגענוצט, ווי אַ רויטע שמאַטע בעת דעם אָקסן־קאַמף צווישן די דעמאָקראַטישע און רעפּובליקאַנער פּאַרטייען, בפֿרט בשעת די וואַלן.
אין ישׂראל זײַנען די אַבאָרטן אָפֿיציעל דערלויבט. ס’רובֿ סיבות פֿון ווענדן זיך צום גינעקאָלאָג איבערצורײַסן דאָס פֿאַרגיין אין טראָגן זײַנען אין די לעצטע יאָרן געווען צוליב דעם װאָס די פֿרוי איז נישט געװען קיין חתונה־געהאַטע — 52%. די סיבה פֿון כּמעט 11% פֿאַלן איז פֿאַרבונדן מיטן עלטער פֿון דער מאַמען — ייִנגער פֿון 17 אָדער עלטער פֿון 40 יאָר.
ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן די דיסקוסיעס און וויכּוחים אַרום אַבאָרטן אָדער פּלאַנירטער געבורטיקייט װײַטער געפֿירט ווערן בײַ אַלע מלוכה־רעזשימען און סיסטעמען; און ווי די פּאַרטיי־פֿונקציאָנערן זאָלן נישט פּרוּוון מיט דעם רעגולירן אָדער מאַניפּולירן, געפֿינט זיך פֿאָרט די פֿראַגע פֿון געבורטיקייט אין די הענט פֿון פֿרויען — פֿון חווהען ביז דער פֿרוי, וואָס ליגט אין קימפּעט אָט די מינוט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.