מיט 80 יאָר צוריק איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אָנגענומען געוואָרן דאָס געזעץ, וואָס פֿאַרווערט די אַבאָרטן. דאָס „קרימינאַליזירן‟ אַבאָרטן איז געווען אַ היפּוך־אַקט צו דעם געזעץ פֿון 1920, וואָס האָט פֿאַרקערט, דערלויבט צו מאַכן אַבאָרטן אין די שפּיטעלער אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ דאָקטער. אַרויסלאָזנדיק אַזאַ דעקרעט, איז די יונגע סאָוועטישע רעפּובליק געוואָרן די ערשטע מלוכה אין דער וועלט, וואָס האָט אָפֿיציעל דערלויבט צו מאַכן אַבאָרטן.
אָדם און חווה זײַנען אינעם סאָוועטישן גן־עדן געוואָרן גלײַכע פּאַרטנערס. איין קלייניקייט: בײַ אָדמען האָבן זיך באַוויזן צו פֿיל קאָנקורענטן, און חווה האָט באַקומען די זעלבע רעכט אויסצוקלײַבן מיט וועמען צו דרייען אַ ליבע, און מיט וועמען נישט. דער פֿרײַער שפּרונג פֿון יחיד צום קהל, אַנדערש געזאָגט, דער נײַער פּרינציפּ פֿון אַ סאָציאַל לעבן — אַ קאָלעקטיוו, אַ קאָמונע, אַ קאָלכאָז, אַ פֿאַראיין, וווּ אַלע זײַנען גלײַך — האָט באַשטעטיקט דעם גורל פֿון אַן אינדיוויד, וואָס טאָר זיך נישט אויסטיילן און מוז שטרענג פֿאָלגן די באַשלוסן פֿון די חבֿרים.
אין יענע יאָרן האָט די נײַע עמאַנציפּירטע פֿרוי זיך געשעמט צו זײַן אַ פֿרוי, ווי איר מוטער איז געווען. דווקא אין יענע יאָרן האָט די ייִדישע דיכטערין חנה לעווין געשריבן:
אַפֿילו דער ציגאַר, וואָס אָרעם מאַכט אַזוי
די ווינקלען פֿון מײַן מויל,
איז דאָך אויך דערפֿאַר,
וואָס איך שעם מיך ענלעך זײַן אויף זיך
און אויף דער מאַמעס דעקטוך.
שוין אין די ערשטע עטלעכע יאָר איז די צאָל אַבאָרטן אַזוי הויך געשטיגן, אַז דאָס געזונט־מיניסטעריום האָט אין 1924 געמוזט אַרויסלאָזן אַ צירקולאַר, וואָס האָט אין אַ געוויסער מאָס באַגרענעצט דאָס מאַכן אַבאָרטן. לויט דער סטאַטיסטיק זײַנען צום יאָר 1934 געבוירן געוואָרן 243 טויזנט קינדער בײַ די דאָרפֿישע פֿרויען; אין דער זעלבער צײַט האָבן 322 טויזנט פֿרויען איבערגעריסן זייער טראָגן.
ווי באַוווּסט, איז די „פֿרײַע ליבע‟ אין די צײַטן פֿון בראשית באַשטראָפֿט געוואָרן זייער שטרענג. מעגלעך, ווען דער אייבערשטער וואָלט דעמאָלט דערלויבט אַבאָרטן, וואָלט חווה פּטור געוואָרן פֿון איר בכור, קין, נאָך איידער ער איז געבוירן געוואָרן. ווער ווייסט, אפֿשר וואָלט זי דערמיט אויסגעמיטן די שרעקלעכע ברידערלעכע מלחמות, וואָס גייען אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.
די דעמאָגראַפֿישע ירידה האָט אָבער בכלל, און אין יענע יאָרן בפֿרט, אַ מער אָביעקטיווע דערקלערונג. דווקא אין דעם צײַט־אָפּשניט צווישן 1920 און 1936 זײַנען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאָרגעקומען בצוואַנג די ריזיקע ענדערונגען ווי קאָלעקטיוויזאַציע, אינדוסטריאַליזאַציע, כּלערליי מאַסן־„רייניקונגען‟ און ווי אַ רעזולטאַט — „גולאַגיזאַציע‟ פֿונעם גאַנצן לאַנד. דער שרעקלעכער הונגער אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם לאַנד, באַזונדערס אין אוקראַיִנע, האָט אָפּגעשלאָגן דעם חשק צו האָבן קינדער, וועלכע וואָלטן געקראָגן „אַ ליכטיקע צוקונפֿט‟ נאָר אין חלום. דערמיט דערקלערט זיך, קודם־כּל, דער ריזיקער וווּקס פֿון אַבאָרטן.
דאָס אײַנפֿירן דאָס געזעץ פֿון קרימינאַליזירן אַבאָרטן אין 1936 איז געוואָרן נאָך איין הויכפּונקט פֿון סטאַלינס טיראַנישער פֿירערשאַפֿט. ריכטיק, גלײַך נאָכן אָננעמען דעם געזעץ איז די צאָל אַבאָרטן מיטאַמאָל געפֿאַלן, אַחוץ די אַבאָרטן, געמאַכט צוליב מעדיצינישע סיבות; און די געבורטיקייט איז געשטיגן, אָבער אויף אַ זייער קורצן פּעריאָד. נאָך מער: דאָס פֿאַרווערן אַבאָרטן האָט געבראַכט צו אַ כוואַליע אומלעגאַלע אַבאָרטן און טראַגישע טייטלעכע פֿאַלן און קינדערמאָרד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.