(די 2 טע זײַט פֿון 2)
רבי יהונתן אייבעשיץ איז מסביר אין זײַן ספֿר „יערות־דבֿש‟, אַז לכתּחילה האָבן די שאַפֿער פֿונעם עגל־הזהבֿ געמיינט לשם־שמים. דער נבֿיא יחזקאל האָט געשילדערט די „פּנימער‟ פֿון דער געטלעכער מרכּבֿה: דער מענטש, דער לייב, דער אָקס און דער אָדלער. די שאַפֿער פֿונעם גאָלדענעם קאַלב האָבן לכתּחילה געהאַט אַ גוטע מחשבֿה; אַנשטאָט צו פֿאָלגן דעם שווערן און קאָמפּליצירטן מענטשלעכן וועג, האָב זיי געטראַכט, אַז ס׳איז גרינגער צו דינען דעם אייבערשטן אויפֿן שטייגער פֿון אַן אָקס: צו פֿאָלגן די הלכה, צו באַנוצן זיך מיט די גשמיותדיקע אוצרות לשם־שמים און נישט טראַכטן צופֿיל וועגן הויכע רוחניותדיקע ענינים. געוויסע מענטשן האָבן אָבער פֿאַרוואַנדלט דעם גאָלדענעם קאַלב, וואָס האָט רעפּרעזענטירט אַזאַ צוגאַנג, אין אַן אָפּגאָט.
אויב מע באַציט זיך צום לעבן צו מאַטעריאַליסטיש און מעכאַניש, אויב אַפֿילו מע מיינט לכתּחילה לשם־שמים, קאָן מען, נעבעך, אַרײַנפֿאַלן אין אַן עכטער עבֿודה־זרה. ווי געזאָגט, איז פֿאַראַן אַ געוויסע ענלעכקייט צווישן דעם בעל־שם־טובֿס דרך און שפּינאָזעס האַלב־מאַטעריאַליסטישער פֿילאָסאָפֿיע. די חסידישע צדיקים זענען פֿולשטענדיק מסכּים, אַז „גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט‟. זיי שטרעבן אָבער צו אַנטפּלעקן רוחניות אין דער גשמיותדיקער וועלט, אַנשטאָט צו באַגרענעצן געטלעכקייט, ווי שפּינאָזע, מיט מאַטעריאַלע פּראָצעסן.
עס טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר חסידים, אָבער למעשׂה גיבן זיי צו, נעבעך, דעם טעם פֿון חטא־עגל־הזהבֿ צו זייערע מיצוות. אַ בריליאַנט לכּבֿוד יום־טובֿ אָדער טײַערע זילבערנע געשיר לכּבֿוד שבת קאָנען זײַן אַ מיצווה, אָבער אָן דעם רוחניותדיקן תּוכן ווערן זיי פֿאַרוואַנדלט אין אַ גראָבן מאַטעריאַליזם.
דאָס וואָרט „דבֿרים‟ מיינט אין לשון־קודש „ווערטער‟ און „זאַכן‟. אין אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, איז דאָס וואָרט „זאַך‟ צומאָל אויך צוויידײַטיק. משה רבינו האָט דערמאָנט די ייִדן געוויסע נישט־ריכטיקע זאַכן, וואָס זיי האָבן געטאָן אויפֿן וועג פֿון מצרים. אינעם לשון־קודשדיקן וואָרט זענען אָבער ביידע באַדײַטן אינגאַנצן צונויפֿגעשמאָלצן.
על־פּי־קבלה, שטעלט דער גאַנצער אוניווערס מיט זיך פֿאָר אַ „מאַטריקס‟ פֿון געטלעכע שמות. יעדער פּרט פֿונעם וועלט־באַשאַף ווערט באַלעבט דורכן וואָרט פֿונעם באַשעפֿער, וואָס ווערט אַנטפּלעקט פֿאַר אונדזערע אויגן ווי אַ קאָנקרעטער אָביעקט. מיר לעבן אין אַ מין „היפּערטעקסט‟, וווּ יעדער פּרט אין אונדזער לעבן ווערט אַסאָציִיִרט מיט אַנדערע פּרטים אין דער גרויסער מיסטעריע פֿון מעשׂה־בראשית.
אין דער הײַנטיקער סדרה, האָט משה רבינו דערמאָנט דעם גאָדלענעם קאַלב ברמז, ווי אַ געוויס אָרט מיטן נאָמען „דער זהבֿ‟, כּדי צו ווײַזן, אַז הינטער דעם גשמיותדיקן שאָלעכץ פֿון עולם־הזה שטעקט די רוחניותדיקע וועלט פֿון געטלעכע סימבאָלן. ווי געזאָגט, האָט אַפֿילו דער עגל־הזהבֿ לכתּחיחה געדינט ווי אַ רוחניותדיקער סימבאָל, הגם געוויסע יחידים האָבן עס פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָפּגאָט.
טאַדלענדיק זײַן פֿאָלק, האָט משה געוויזן, אַז אונדזער נשמה אַליין איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. זײַענדיק אַן „איש אלוקים‟, אַ געטלעכער מענטש, האָט ער גובֿר געווען דעם חילוק צווישן די מענטשלעכע רייד און דער אינטערלעכער סימבאָלישער שפּראַך פֿונעם וועלט־באַשאַף. די תּורה־רמזים, וואָס דער באַשעפֿער האָט אַנטפּלעקט דורך משה רבינוס מויל, דערקלערן אונדז, אַז אַפֿילו אַזעלכע גראָבע עבֿירות, ווי דאָס בוקן זיך צו אַ שטיק גאָלד, קאָנען באַקומען אַ תּיקון און זענען מרמז אויף רוחניותדיקע כּוחות. אַפֿילו די גרעבסטע עלעמענטן פֿון אונדזער גשמיותדיקער וועלט זענען בעצם אַנטפּלעקונגען פֿון דער געטלעכער שפּראַך, אויף וועלכער דער באַשעפֿער פֿירט כּסדר מיט אונדז אַ דיאַלאָג — אַבי מיר זאָלן עס באַמערקן און נישט אַרײַנפֿאַלן אין די תּהומען פֿון מאַטעריאַליסטישע אילוזיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.