דעם 25סטן יולי האָט דער אַמעריקאַנער אַרכעאָלאָג ברײַען קאָוואַטש אַנטדעקט אַן אומגעוויינטלעך אוראַלט קונסט־ווערק אין תּל־חצור, צפֿון־גליל — אַ 4,000־יאָריקע סטאַטוע פֿון אַ מיצרישן באַאַמטן, געמאַכט פֿון קאַלכשטיין.
צום ערשטן מאָל איז אין ארץ־ישׂראל אַנטדעקט געוואָרן אַ גרויסע מיצרישע סטאַטוע. אינעם יאָר 2014 האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אינעם זעלבן ראַיאָן אַ פֿראַגמענט פֿון אַ שטיינערנעם ספֿינקס. תּל־חצור, אָנערקענט ווי אַ היסטאָרישער אוצר אין דער רשימה פֿון „אונעסקאָ‟, שטייט אויפֿן אָרט פֿון דער תּנ״כישער שטאָט חצור. אינעם ספֿר יהושע שטייט געשריבן, אַז ווען יהושע בן נון האָט עס צעשטערט, איז עס געווען דער „ראָש‟ פֿון אַלע כּנענישע מלוכות. די רויִנען פֿון חצור בלײַבן איינער פֿון די וויכטיקסטע אַרכעאָלאָגישע אוצרות אינעם מיטעלן מיזרח.
קאָוואַטש, אַ 42־יאָריקער אַמעריקאַנער פֿון טעקסאַס, באַטייליקט זיך אין די אויסגראָבונגען אין תּל־חצור זינט 1997. ער גיט איבער, אַז דאָס נײַע געפֿינס האָט אים שטאַרק פֿאַרחידושט. צוערשט, האָט ער נישט געגלייבט זײַנע אויגן. הגם חצור איז געווען אַ וויכטיקע הויפּטשטאָט פֿון די כּנענים, האָט קאָוואַטש זיך נישט געריכט צו געפֿינען אַזאַ אוניקאַלן אַרטיפֿאַקט. בלויז דער אונטערשטער טייל, באַצירט מיט די אַלט־מיצרישע היעראָגליפֿן איז געבליבן פֿון דער סטאַטוע; לויט אַלע סימנים, האָט מען זי בכּיוון צעשטערט. די פֿאָרשער פּרוּוון איצט צו אידענטיפֿיצירן דעם נאָמען פֿונעם באַאַמטן. לויט דעם אָפּגעהיטן טייל, האָט די סטאַטוע לכתּחילה געהאַט אַ רעאַליסטישן מענטשלעכן מאַסשטאַב.
אויפֿן שטח פֿונעם אַמאָליקן חצור האָט מען שוין אַנטדעקט אַ גאַנצע ריי אָביעקטן, וואָס שטאַמען פֿונעם אוראַלטן מצרים, אַרײַנגערעכנט סטאַטועס. געוויינטלעך, געפֿינט מען אָבער בלויז קליינע ברעקלעך. די ייִדישע אַרמיי בראָש מיט יהושע בן נון, צי אַן אַנדער כּוח, האָט טאַקע געמאַכט אַ תּל פֿון דער שטאָט, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון דער אַלט־מיצרישער געטין חתחור (Hathor). הגם די אַלט־מיצרישע קולטור האָט זיכער געהאַט אַ גרויסע השפּעה אין דער שטאָט, בלײַבן די באַציִונגען צווישן דער מיצרישער אימפּעריע און די אָרטיקע כּנענישע מלכים אומקלאָר.
פּראָפֿ׳ אַמנון בן־תּור פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים, וועלכער פֿירט אָן מיט די אויסגראָבונגען בשותּפֿות מיט פּראָפֿ׳ שרון צוקערמאַן, האָט איבערגעגעבן, אַז בסך־הכּל האָט מען שוין אַנטדעקט אין תּל־חצור פֿראַגמענטן פֿון 18 פֿיגורן, וואָס רעפּרעזענטירן פֿאַרשיידענע פּרעהס און מיצרישע רעגירונג־פֿאָרשטייער. צום ערשטן מאָל האָט מען אָבער געפֿונען אַ גענוג גרויסן פֿראַגמענט — 45 אויף 40 צענטימעטער, אָדער בערך 18 אויף 16 אינטשעס די גרייס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם פּעריאָד, ווען די סטאַטוע איז געשאַפֿן געוואָרן, האָט חצור נאָך נישט עקזיסטירט. אַזוי צי אַזוי, האָפֿן די פֿאָרשער, אַז דאָס געפֿינס וועט העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין די ראָלע, וואָס די מיצרישע אימפּעריע האָט אַמאָל געשפּילט אינעם ראַיאָן.
די אוראַלטע חפֿצים, וואָס זענען במשך פֿון טויזנטער יאָר געלעגן אין דער ערד, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס פּאָליטישע און סאָציאַלע דעבאַטן. אַ צאָל קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין באַמערקט, אַז דאָס געפֿינס דעמאָנסטרירט, אַז די תּנ״כישע געשעענישן זענען טאַקע אמת. זאָל מען עס אָבער באַטראַכטן ווי אַ סימן פֿון בושה אָדער שטאָלץ? בן־תּור גלייבט, אַז די אַנטדעקונגען אין חצור באַשטעטיקן די מעשׂה פֿון יהושה בן נונס מלחמות. זײַן אָפּאָנענטין און קאָלעגע, שרון צוקערמאַן, איז נישט מסכּים און מיינט, אַז חצור איז פֿאַרברענט געוואָרן צוליב אינערלעכע קאָנפֿליקטן.
„אונעסקאָ‟ און אַנדערע קולטור־אָרגאַניזאַציעס זאָרגן זיך איצט, אַז „אײַסיס‟ צעשטערט הײַנט אוניקאַלע אוראַלטע אוצרות אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן. אויב די צעבראָכענע געפֿינסן אין תּל־חצור זענען טאַקע רעזולטאַטן פֿון יהושע בן נונס מיליטערישע אַקציעס, באַקומט זיך, אַז ער האָט מיט איבער 3,000 יאָר צוריק אָפּגעטאָן פֿאַקטיש דאָס זעלבע: אויסגעהרגעט אַ גאַנצע שטאָט און סיסטעמאַטיש צעשטערט אַלע צלמים, כּדי מבֿטל צו זײַן אַלע שפּורן פֿון עבֿודה־זרה. „ויכּו את כּל נפֿש אשר בה לפֿי חרבֿ‟ — און יעדעס נפֿש אין דער שטאָט האָט מען געקעפּט מיט אַ שווערד, שטייט דאָך געשריבן אין תּנ״ך.
די חז״ל דערקלערן, אַז יהושעס מלחמות האָבן געהאַט אַ רעליגיעזן, נישט קיין עטנישן כאַראַקטער. יעדע כּנענישע שטאָט האָט געקאָנט זיך אָפּזאָגן פֿון זייער געצן־דינערײַ, ווערן אונטערטעניק צו די ייִדן און לעבן ווײַטער. אַ כּנעני האָט געקאָנט זיך מגייר זײַן און ווערן אַ ייִד, הגם בלויז דער צווייטער דור כּנענישע גרים האָבן געמעגט חתונה האָבן מיט מיוחסדיקע ייִדן. עס קאָן זײַן, אַז אַ סך כּנענים האָט מען אין יהושעס צײַטן פֿאַרטיליקט בלויז אינעם קולטורעלן זין, דורך צווינגען זיי אָפּצוּוואַרפֿן די אַלטע עבֿודה־זרות און אינטעגרירן זיך אין דער ייִדישער מאָנאָטעיִסטישער געזעלשאַפֿט.
די קריטיקער טענהן אָבער ווײַטער, אַז „אײַסיס‟ פֿירט אירע מלחמות אויף אַן ענלעכן שטייגער. זיי הרגענען אויס די קורדן און אַנדערע באַפֿעלקערונג־גרופּעס צוליב רעליגיעזע סיבות; די, וואָס זענען מסכּים „תּשובֿה צו טאָן‟ און אָנצונעמען זייער ווערסיע פֿון איסלאַם, לאָזט מען צו רו און נעמט מען מיט פֿאַרגעניגן אָן אין די טעראָריסטישע מחנות. אַ גרויסער חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס יהושע איז געווען אַרומגערינגלט מיט אַזעלכע פֿעלקער, וואָס פֿלעגן מקריבֿ זײַן זייערע שקלאַפֿן און אייגענע קינדער לשם עבֿודה־זרה, פֿאַרגוואַלדיקט פֿרויען צוליב כּלומרשט גײַסטיקע צוועקן, וכּדומה. להיפּוך, האַלטן די טראַדיציאָנעלע מוסולמענער, אַז „אײַסיס‟ אַליין איז אַן אַכזריותדיקע עבֿודה־זרה פֿון אַזאַ סאָרט.
אַזוי צי אַזוי, שאַפֿט דער תּנ״כישער ספֿר־יהושע, אויב מע לייענט עס בוכשטעבלעך, אַ שווערן רושם אויפֿן הײַנטצײַטיקן לייענער. דערצו, האָבן די מיטל־עלטערלעכע קרייצטרעגער, קריסטלעכע קאָלאָניזאַטאָרן אין אַמעריקע און אַנדערע צווייפֿלהאַפֿטיקע היסטאָרישע חבֿרות, וואָס האָבן זיך פֿאַקטיש אויפֿגעפֿירט נישט בעסער ווי „אײַסיס‟, געלויבט די תּנ״כישע מלחמות ווי אַ מוסטער נאָכצומאַכן. אינעם מוזיי פֿונעם מאָסקווער קרעמל געפֿינט זיך אַ פֿאָן פֿונעם באַרימטן קאַזאַקישן פֿירער יערמאַק, באַצירט מיט אַ געשטאַלט פֿון יהושה בן נון. יערמאַק האָט היפּש פֿאַרשפּרייט דעם שטח פֿון דער רוסישער מלוכה אינעם 16טן יאָרהונדערט, און בלײַבט צוליב דעם באַקאַנט ווי אַ העלד. זײַנע קאָלאָניזאַטאָרישע מעטאָדן זענען אָבער געווען פּונקט אַזוי שרעקלעך ווי דער גענאָציד פֿון די אײַנגעזעסענע פֿעלקער אין אַמעריקע דורך די אייראָפּעער.
די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג מיט דער מיצרישער אימפּעריע קאָן אונדז העלפֿן צו פֿאַרשטיין דעם „מיליטערישן‟ עלעמענט פֿון תּנ״ך. אין די באַצוימטע שטעט האָבן געוווינט נישט דורכשניטלעכע כּנענים, נאָר די וואַסאַלן פֿונעם מיצרישן פּרעה, וועלכע האָבן כּסדר פֿאַרשקלאַפֿט די פּשוטע באַפֿעלקערונג. ארץ־כּנען איז געווען פֿאַקטיש אַ פּראָווינציעלע קאָלאָניע פֿון מצרים. אַ צאָל פּראָמינענטע פֿאָרשער, אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן היסטאָריקער מיכאל אַסטור, באַטאָנען, אַז די כּנענים אַליין האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין יהושעס מלחמות. אַדרבה, ווי געוועזענע מיצרישע שקלאַפֿן, זענען די ייִדן פֿאַר זיי געווען אַ סימבאָל פֿונעם אַנטי־קאָלאָניאַלן אויפֿשטאַנד. אויב אַזוי, איז נישט קיין חידוש, אַז די אויפֿשטענדלער האָבן סיסטעמאַטיש צעבראָכן אויף שטיקער יעדן סימן פֿון דער מיצרישער מאַכט.
אַסטור איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער שטיצער פֿון יצחק־נחמן שטיינבערגס טעריטאָריאַליזם און האָט געשילדערט די תּנ״כישע העלדן ווי פּראָגרעסיווע רעוואָלוציאָנערן. אין דער קריסטלעכער וועלט איז באַזונדערס באַקאַנט דער טעאָלאָג און ביבלישער היסטאָריקער נאָרמאַן גאָטוואַלד, וועלכער טײַטשט אָפּ דעם תּנ״ך אויף אַ מאַרקסיסטישן טעם און גלייבט, אַז ייִדישקייט האָט זיך לכתּחילה פֿאַרשפּרייט צווישן די פּשוטע כּנענים ווי אַ רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז נײַע חידושים פֿון תּל־חצור און אַנדערע ערטער וועלן העלפֿן צו פֿאַרשטיין, וואָס ס׳האָט טאַקע פּאַסירט אין יענער פֿאַרצײַטישער תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.