די הײַנטיקע פּרשה איז אַלעמאָל פֿאַרבונדן מיטן שבת־נחמו, וואָס פֿאַלט אויס נאָך תּישעה־באָבֿ. הײַיאָר איז דער נײַנטער טאָג פֿונעם חודש טעכניש אויסגעפֿאַלן אויפֿן פֿאַרגאַנגענעם שבת, אָבער דער תּענית איז נדחה געוואָרן אויף זונטיק.
אין אַ טייל קהילות האָבן ייִדן פֿאַרבראַכט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אין מער פּשוטע מלבושים, כּדי אַרויסצוּווײַזן אַ ביסל אַבֿילות. הגם שבת טאָר מען נישט פֿאַסטן און וויינען, בלײַבט עס פֿאָרט, טעכניש גערעדט, תּישעה־באָבֿ. על־פּי־חסידות איז אָבער אַזאַ צופֿאַל דווקא אַ סימן פֿאַר אַ באַזונדערער שׂימחה. אין משיחס צײַט וועט תּישעה־באָבֿ ווערן דער גרעסטער יום־טובֿ, און אַפֿילו הײַנט, בזמן־הגלות, קאָן מען שוין דערפֿילן דעם יום־טובֿדיקן טעם, ווען דער תּענית ווערט אָפּגעלייגט ביזן צווייטן טאָג.
דער דאָזיקער טאָפּלדיקער טעם פֿון תּישעה־באָבֿ שפּירט זיך סײַ אין אונדזער סדרה, סײַ אין דער הפֿטורה „נחמו־נחמו‟, וווּ דער נבֿיא ישעיה טרייסט דאָס ייִדישע פֿאָלק און זאָגט צו, אַז סוף־כּל־סוף וועט דער גלות זיך פֿאַרענדיקן און עס וועט קומען די גאולה. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין דער חסידישער טראַדיציע איז דער גלות אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע, וואָס נעמט אַרום די גאַנצע וועלט. כּל־זמן ערגעץ אין דער וועלט הערשט אומיושר און גייען אָן מלחמות, בלײַבן מיר אין גלות. הגם אונדזער טראַדיציע פֿאָקוסירט זיך אויפֿן ייִדישן אַספּעקט פֿונעם גאולה־פּראָצעס, ווערט ביאת־המשיח באַטראַכט אין קבלה און חסידות ווי אַ קאָסמישער תּיקון, וועלכער וועט ברענגען אינעם געזעלשאַפֿטלעכן זין שלום, יושר און ברודערשאַפֿט פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
די פּרשה הייבט זיך אָן פֿון זייער אַן אינטערעסאַנטער אומגעוויינטלעכער פֿראַזע. „ואתחנן‟, זאָגט משה רבינו, „און עס האָט זיך מיר געדאַוונט‟. ווי מיר האָבן געשמועסט די פֿאָריקע וואָך, הייבט זיך דער גאַנצער חומש „דבֿרים‟ אָן פֿון אַ גרויסן פּאַראַדאָקס. יעדער פּרט אינעם וועלט־באַשאַף עקזיסטירט צוליב דעם אייבערשטנס ווערטער, וואָס באַלעבן דעם אוניווערס יעדן מאָמענט פֿון ס׳נײַ. אילוסטרירנדיק דעם דאָזיקן ענין, מיינט דער לשון־קודשדיקער באַגריף „דבֿרים‟ סײַ ווערטער, סײַ מאַטעריעלע זאַכן. אויב אַזוי, מוז אַפֿילו אין די ערגסטע געשעענישן אין דער וועלט שטעקן אַ פֿונק פֿון געטלעכן וואָרט. בלויז אַזעלכע גרויסע צדיקים, ווי משה, זענען אָבער מסוגל משׂיג צו זײַן די העכערע פּערספּעקטיוו, מצד וועלכער אַפֿילו אינעם סאַמע פֿינצטערניש באַהאַלט זיך דעם אייבערשטנס ווילן.
רבי נפֿתּלי־צבֿי ראָפּשיצער אין געווען איינער פֿון די טיפֿסטע דענקער און אַנטפּלעקער פֿון סודות־התּורה אין דער חסידישער געשיכטע. ער אַליין האָט נישט געוואָלט פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע כּתבֿים. זײַנער אַ גרויסער תּלמיד, דער צאַנזער רבֿ, האָט געהייסן זיי אָפּצודרוקן. האָבנדיק אַליין אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „האַלבן מתנגד‟, וועלכער דערווײַטערט זיך כּסדר פֿון קבלה־ענינים, האָט ער פֿאָרט מגלה געווען די געטלעכע אַנטפּלעקונגען פֿון זײַן רבין.
דער ראָפּשיצער ספֿר ‟זרע־קודש‟ איז איינער פֿון די טיפֿסטע ספֿרי־חסידות, פֿול מיט פּלעפֿנדיקע פּאַראַדאָקסן, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט דער עקזיסטענציאַליסטישער שיטה אין דער אייראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿיע. דער ראָפּשיצער רבי אַנטוויקלט די דערמאָנטע טעמע פֿון משה רבינוס מדרגה ווי „איש־אלוקים‟, און פֿאַרבינדט אונדזער סדרה מיטן אינערלעכן באַדײַט פֿון שבת־נחמו.
משה זאָגט, אַז „עס האָט זיך אים געדאַוונט‟, ווײַל די הייליקע שכינה אַליין האָט געבעטן דעם באַשעפֿער דורך זײַן מויל אַרײַנצולאָזן אים אין ארץ־ישׂראל. די שכינה איז דאָך דער אַנטפּלעקטער אַספּעקט פֿונעם באַשעפֿער אַליין. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער דיאַלאָג איז אָנגעגאַנגען נישט צווישן אים, ווי אַ מענטש און זײַן באַשעפֿער, נאָר צווישן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון געטלעכע אַנטפּלעקונגען. מצד דער אָפֿענער שכינה־פּערספּעקטיוו איז ער ניפֿטר געוואָרן אינעם מידבר, אָבער אינעם באַהאַלטענעם העכערן זין איז ער יאָ אַרײַנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל. אַנדערש וואָלט דער אייבערשטער דורך זײַן מויל נישט געזאָגט, אַז „עס האָט זיך אים געדאַוונט‟. צו וועמען קאָן דאַוונען דער רבונו־של־עולם אַליין? ס׳איז נישט אַ געוויינטלעכער דיאַלאָג, נאָר אַ דערקלערונג פֿונעם חילוק צווישן דער גשמיותדיקער וועלט און העכערע עולמות.
דער שכינהס בקשה איז זיכער מקוים געוואָרן, ווײַל משה רבינו האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אינעם קאָלעקטיוון געטלעכן גײַסט פֿון ייִדן, וועלכער האָט זיי אַרײַנגעפֿירט קיין ארץ־ישׂראל, פֿירט אונדז ווײַטער בזמן־הגלות און וועט ווערן דער אמתער משיח. מיט אַנדערע ווערטער, איז די גאולה אַ קאָלעקטיווער רוחניותדיקער פּראָצעס, אין וועלכן משה לעבט נאָך אַלץ ווי דער אינערלעכער אַחדות־כּוח. עס באַקומט זיך, אַז דער מלך־המשיח איז נישט אַ מעכטיקער קיניג אינעם בוכשטעבלעכן זין, נאָר אַ סימבאָלישע רעפּרעזענטאַציע פֿונעם „העכערן משה‟.
אין זײַן ספֿר רירט דער ראָפּשיצער רבי אָן פּאָטענציעלע סכּנותדיקע השׂגות. ער דערקלערט, אַז „משה רבינו‟ איז בגימטריא „ה׳ אלקי ישׂראל‟. דער גרויסער חסידישער צדיק האָט, חלילה, זיכער נישט געמיינט אַ כּמו־קריסטלעכע שיטה. ווי געזאָגט, רעדט ער נישט וועגן דעם גשמיותדיקן אַספּעקט. הגם משה רבינו איז געווען, פֿון אונדזער פּשוטן קוקווינקל, אַ בשׂר־ודם ווי יעדער מענטש, האָט ער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט, מצד דער טיפֿער סימבאָלישער פּערספּעקטיוו, אַן אַנטפּלעקונג פֿונעם באַשעפֿער אויף דער ערד.
דער ראָפּשיצער רבי איז מסביר ווײַטער, אַז אינעם ענין פֿונעם חורבן־בית־המיקדש שטעקט אויף אַ היפּוכדיקן אופֿן דער זעלבער כּוח, וואָס ברענגט די גאולה. אויפֿן סמך פֿון דער פֿראַזע „צבֿי לצדיק‟ אינעם ספֿר־ישעיה דערקלערט ער, אַז להיפּוך צום פֿאַרקרומטן אות „צ‟ וועט די גאולה קומען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ גראָדן לאַנגן „ץ‟.
ענלעכע מיסטעריעזע ווערטער טרעפֿן זיך בײַ רבי מנחם־מענדל רימינאָווער, דער רבי פֿונעם ראָפּשיצער. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די חסידישע צדיקים זענען מרמז, אַחוץ דעם בוכשטעבלעכן חורבן־בית־המיקדש, אויפֿן גײַסטיקן חורבן, וועלכער איז געשען אין דער ייִדישער וועלט צוליב דער פֿאַלשער משיחישער באַוועגונג פֿון שבתי צבֿי. פֿונדעסטוועגן, האָט אין דער דאָזיקער באַוועגונג געשטעקט אַ געוויסער פּאָטענציאַל, וועלכער וועט באַקומען אַ תּיקון. עס קאָן זײַן, אַז אַזוי ווי די צעשטערונג פֿונעם בית־שני, האָבן די דורכגעפֿאַלענע משיחישע חלומות פֿון די שבתי־צבֿיניקעס צוגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק אַ געוויסן נײַעם טרײַב־כּוח, אויף אַ היפּוכדיקן ביטערן אופֿן. מע דאַרף צוגעבן, אַז אַזאַ אָפּטײַטש איז בלויז אַ השערה פֿון אַ טייל היסטאָריקער. ווי געזאָגט, איז דער ספֿר „זרע קודש‟ איינער פֿון די טיפֿסטע, און לאָזט זיך אָפּצוטײַטשן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
אַזוי צי אַזוי, איז קלאָר, אַז דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אונדז דעם חילוק צווישן דעם פּשוטן און טיפֿערן קוקווינקל. הגם משה רבינוס פֿיזישע פּטירה איז געווען אַ גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר ייִדן, איז עס פֿאָרט געוואָרן דער אָנהייב פֿון זײַן ווײַטערדיק לעבן ווי אונדזער קאָלעקטיווער תּורה־כּוח. הגם דער טאָג, ווען דער בית־המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, איז באַקאַנט ווי דער ביטערסטער אין דער ייִדישער געשיכטע, איז עס פֿאָרט געוואָרן דער אָנהייב פֿון די פּאָטענציעלע ימות־המשיח.
ווען מיט אונדז טרעפֿט זיך עפּעס אומאָנגענעמס, דאַרפֿן מיר געדענקען, אַז פֿון אַן אַנדער פּערספּעקטיוו קאָן עס זײַן אַן אָנהייב פֿון עפּעס גוטס. נישט געקוקט דערויף, וואָס מיר זענען ווײַט פֿון משה רבינוס מדרגה, רעדט די הייליקע שכינה צומאָל דורך אונדזערע ווערטער און מעשׂים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.