פּאַפּיר איז דאָך ווײַס
און טינט איז דאָך שוואַרץ.
צו דיר מײַן זיס לעבן
ציט דאָך מײַן האַרץ.
אַ דאַנק דער לירישער מעלאָדיע און די האַרציקע ווערטער, געשריבן פֿונעם בחורס פּערספּעקטיוו, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד, „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟, דערגרייכט אַ ברייטן עולם.
אין אַ סך וואַריאַנטן זינגט זיך די לעצטע סטראָפֿע אַזוי —
דײַן טאַליע, דײַן מינע, דײַן איידעלער פֿאַסאָן,
אין האַרצן ברענט אַ פֿײַער, מע זעט עס נישט אָן.
נישטאָ אַזאַ מענטש, וואָס זאָל פֿילן ווי עס ברענט,
דער טויט און דאָס לעבן איז בײַ גאָט אין די הענט.
אינעם געזאַנגבוך „מיר טראָגן אַ געזאַנג‟ פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק, שרײַבן זיי אינעם אַרײַנפֿיר צום ליד, אַז עס איז צו ערשט געדרוקט געוואָרן אין 1912 אין י. ל. כּהנס זאַמלונג, אָבער „עטלעכע סטראָפֿעס זענען פֿאָלקלאָריזירט פֿון אַ ליד פֿונעם פֿאָלקספּאָעט, דער בדחן — אליקים צונזער אין זײַן פּיעסע ‘מכירות יוסף’‟.
די השערה, אַז „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ שטאַמט פֿון צונזערס אַ ווייניק באַקאַנטער דראַמע, אָנגעשריבן אין די 1880ער יאָרן, האָט מיך פֿון אָנהייב אָן פֿאַרחידושט. קודם־כּל, האָט מען דאָס ליד געזונגען איבער אַ גאַנץ גרויסער טעריטאָריע אין מיזרח־אייראָפּע שוין בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. כּדי אַ ליד זאָל ווערן באַקאַנט סײַ אין דער ליטע, סײַ אין פּוילן, סײַ אין אוקראַיִנע אין אַ תּקופֿה, ווען קיין ראַדיאָ און פֿאָנאָגראַף האָבן נאָך נישט עקזיסטירט, דאַרפֿן די פֿאָלקזינגערס דאָס פֿאַרשפּרייטן פֿון שטעטל צו שטעטל. דאָס געדויערט נישט עטלעכע יאָר, נאָר צענדליקער יאָרן. איינער פֿון די איינציקע מעטאָדן צו באַשטימען, צי אַ פֿאָלקסליד איז אַלט, צי נישט, איז צו פֿאַרשרײַבן, וווּ און ווען מע האָט עס געזונגען. וואָס גרעסער דער שטח, אַלץ עלטער איז דאָס ליד.
כאָטש דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן איז געווען דער ערשטער צו פֿאַרשרײַבן דאָס ליד פֿון אַ זינגער אין פּוילן, ווייסט מען פֿון אַנדערע זאַמלונגען און רעקאָרדירונגען, אַז מע האָט דאָס שוין דעמאָלט געזונגען אין אַנדערע ערטער. די זינגערין ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן פֿון דער בוקעווינע האָט דאָס אויך געזונגען, און דאָס איז גאַנץ ווײַט פֿון דער ליטע.
נאָך אַ פּראָבלעם וואָס שייך צונזערן ווי דער מחבר פֿונעם ליד, איז וואָס זײַנע לידער זענען נישט געווען אַזוי פּאָפּולער, מחוץ ליטע. ווען מע קוקט אַרײַן אין די זאַמלונגען פֿון די „דרומדיקע‟ לענדער — גאַליציע, בוקעווינע, באַסאַראַביע, רומעניע — געפֿינט מען כּמעט אין גאַנצן נישט קיין לידער פֿון צונזערן. דאָס הייסט, אליקים צונזער איז טאַקע געווען גאָר אַ באַליבטע פֿיגור, אָבער בלויז אין דער ליטע. זײַן באַליבסט ליד האַלט איך איז „די סאָכע‟ („אין סאָכע, ליגט די מזל־ברכה‟), און איך האָב זיך באַקענט מיט זינגערס, דווקא נישט פֿון דער ליטע, וואָס קענען דאָס ליד, אָבער מע האָט עס אויסגעלערנט ערשט אין אַמעריקע.
פֿון די אַלע משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן געשאַפֿן זינגלידער, צווישן זיי — י.י. לינעצקי, אליקום צונזער, וועלוול זבאַרזשער און בערל בראָדער, האָט מען צום מערסטן געזונגען די לידער פֿון מיכל גאָרדאָן. פֿאַר וואָס? ער איז טאַקע געווען אַ ליטוואַק, אָבער די צווייטע העלפֿט פֿון זײַן לעבן האָט ער געלעבט אין אוקראַיִנע; און דערפֿאַר האָט מען די לידער „די שטיפֿמוטער‟ און „איך וויל זײַן אַ חסידל אַ גוטער‟, צווישן אַנדערע לידער, געזונגען סײַ אין צפֿון, סײַ אין דרום פֿון „ייִדישלאַנד‟. דער איינציקער משׂכּיל, וואָס קען זיך פֿאַרמעסטן מיט גאָרדאָן אין דעם פּרט איז אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אָבער איך האַלט, אַז ער איז אין אַ גאַנץ אַנדערער קאַטעגאָריע — טעאַטער, ווײַל אַזוי האָבן זיך פֿאַרשפּרייט זײַנע לידער.
נאָך אַ סיבה פֿאַר וואָס איך האַלט נישט, אַז צונזער האָט אָנגעשריבן „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟, ליגט אין דער מעלאָדיע אַליין. דאָס פֿאָלקסליד האָט אַזאַ האַרציקע, לירישע מעלאָדיע, און צונזערס לידער האָבן אַלע אַ מעלאָדיע, וואָס איז אָפֿט כּמעט ווי גערעדט, און נישט געזונגען. צונזער האָט געלייגט דעם טראָפּ אויף זײַנע עטישע, מאָראַלישע ווערטער, וואָס ער האָט אָפֿט אויסגעדריקט ווי אַ משל; לדוגמא זײַן ליד „די אײַזנבאַן‟, וואָס הייבט זיך אָן מיט דער שורה — „אַן אײַזנבאַן אַ נײַע איז די וועלט געוואָרן‟. די מעלאָדיע פֿון „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ איז פֿון די שענסטע אינעם ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג־אוצר, און די מעלאָדיעס פֿון צונזערס לידער האָבן קיין מאָל נישט דערגרייכט אַזאַ מדרגה פֿון מוזיקאַלישער לירישקייט.
דער גאַנצער ענין, צי צונזער האָט יאָ געשאַפֿן, צי נישט געשאַפֿן „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟ הייבט אַרויס אַ מער אַלגעמיינע פּראָבלעם אין דער פֿאָלקלאָריסטיק. צונזער איז יאָ געווען דער ערשטער אָפּצודרוקן די ווערטער פֿונעם ליד, און געוויינטלעך, איז די טבֿע פֿון פֿאָרשער אָפּצוגעבן כּבֿוד און קרעדיט דעם מענטש, וואָס האָט דער ערשטער זיי געדרוקט. אָבער אין דעם פֿאַל, האַלט איך, וואָלט אַזאַ טבֿע געפֿירט צו אַ טעות.
נאָך אַ משל אין שײַכות מיט דעם: מיר ווייסן, אַז דער סוועטשאַפּ־פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד איז אַרומגעפֿאָרן איבער ניו־יאָרק און אַנדערע שטעט און פֿירגעלייענט און געזונגען זײַנע לידער צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. אָבער קיין קרעדיט ווי דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון די זינגלידער באַקומט ער גאָר זעלטן, ווײַל ער האָט זיי קיין מאָל נישט געדרוקט מיט אַ מעלאָדיע, און נישט באַקומען קיין דרוקרעכט פֿון וואַשינגטאָן פֿאַר זײַנע זינגלידער. איך האַלט, אַז די צײַט איז געקומען, מע זאָל אויך צושרײַבן זײַן נאָמען ווי דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון „מײַן ייִנגעלע‟ („איך האָב אַ קליינעם ייִנגעלע…‟), און זײַנע אַנדערע לידער. נישט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען אין דער „קאָנגרעסער ביבליאָטעק‟ אין וואַשינגטאָן, אַז ער האָט יאָ באַקומען דאָס דרוקרעכט פֿון די ווערטער און מעלאָדיע פֿונעם ליד „מײַן רוע פּלאַץ” אין די 1890ער יאָרן. אינעם געזאַנגביכל „מיר טראָגן אַ געזאַנג” שטייט בלויז, אַז ער האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט.
נו, ווער זשע האָט טאַקע אָנגעשריבן „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟? מיר וועלן מסתּמא קיין מאָל נישט וויסן. אַזוינע אַלטע, עכטע פֿאָלקסלידער וועלן בלײַבן אַנאָנים, אָבער דאָס פֿאַרמינערט נישט זייער שיינקייט. צו זען ווי די פֿראַנצייזישע זינגערין טאַלילאַ זינגט „פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟, גיט אַ קוועטש דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.