(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זינט די 1980ער יאָרן הענגט יאָ אַ קלײנער טאָװל אױף דער װאַנט בײַ „דער גילדענער רױז“, אָבער ביז לעצטנס האָט מען בלויז געקענט זען דעם טאָװל, אַז מע שטייט אויף דער טעראַסע פֿון אַ כּלומרשט־ייִדישן רעסטאָראַן, וואָס הייבט אַרויס אַזוי פֿיל ייִדישע סטערעאָטיפּן, אַז ס׳איז ממש אַ באַליידיקונג פֿאַר ייִדן. דער טעקסט אױפֿן טאָװל זאָגט אַז דאָס איז אַ חורבֿה, אָבער דערקלערט גאָרנישט װעגן דער קהילה וואָס האָט דאָ אַמאָל עקזיסטירט; װעגן דער גרעסערער לעמבעריקער סבֿיבֿה אין װעלכער די ייִדן האָבן געוווינט, אָדער װעגן דעם חורבן בכלל. נישטאָ קײן רמז פֿון די מאָראַלישע שוועריקייטן בײַם אָנערקענען די טראַוומאַטישע פֿאַרגאַנגענהײט.
דער ציל פֿונעם איצטיקן אָנדענק־פּראָיעקט איז טאַקע צו אַנטוויקלען אַ גאָר אַנדערן צוגאַנג צו דער געשיכטע — אַ פּראָיעקט װאָס ווענדט זיך צום ברייטן עולם, אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער שטאָט־רעגירונג װעלכע נעמט אַליין אָן אַן אַקטיװע ראָלע — און פּרוּווט בכלל נישט ריינצוּוואַשן די פֿאַקטן פֿונעם חורבן.
ס׳איז גאָר װיכטיק אָנצוּװײַזן אַז דער פּראָיעקט װערט כּמעט אין גאַנצן דורכגעפֿירט פֿון נישט־ייִדן — איבערהױפּט סאָפֿיִאַ דיאַק, די דירעקטאָרין פֿונעם „צענטער פֿון דער שטאָטישער געשיכטע‟, און איריס גלײַכמאַן, די דירעקטאָרין פֿון „גיז“. בײדע פֿירן אָן דעם פּראָיעקט מיט אַ גרױסער געניטשאַפֿט, און זײער אַרבעט בלײַבט אָפֿט אומבאַמערקט פֿונעם ברײטן עולם. די אינטעלעקטועלע וויזיע און עפֿעקטיווקייט פֿונעם נײַעם דענקמאָל איז, קודם־כּל, אַ פּועל־יוצא פֿון זײער מבֿינות און שאַפֿערישקייט.
אויך ייִדן — סײַ אָרטיקע, סײַ אױסלענדישע — האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דעם פּראָיעקט. אין 2008, בשעת אַ קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט דורכן לעמבעריקער צענטער פֿון דער שטאָטישער געשיכטע, האָט סערגיי קראַװצאָװ פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים געפֿירט אַ שפּאַציר איבער דער שטאָט, און דאָס אַליין האָט אַרויסגערופֿן די דיסקוסיעס, וואָס האָבן דערפֿירט צום אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט צו געפֿינען אַ דיזײַן פֿאַר אַ ממשותדיקן דענקמאָל אין לעמבעריק.
דער געװינער פֿונעם פֿאַרמעסט איז געװען דער דײַטשער לאַנדשאַפֿט־אַרכיטעקט פֿראַנץ רעשקע. ייִדישע װיסנשאַפֿטלער פֿון דער גאַנצער װעלט האָבן צוגעשיקט טעקסטן וואָס מע זאָל ניצן צו שטעלן די היסטאָרישע אױפֿשריפֿטן פֿאַרן אָנדענק־אָרט; אַדאַ דיאַנאָװאַ און ראַבינער סיװע פֿײַנערמאַן פֿון דער פּראָגרעסיווער לעמבעריקער סינאַגאָגע „חסד אַריה“, האָבן אָרגאַניזירט לאַנגע און אָפֿטמאָל עמאָציאָנעלע אָפֿענע דיסקוסיעס צװישן די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן דערנאָך אָפּגעשטימט װעלכע טעקסטן צו ניצן.
די לעמבעריקער ייִדישע קהילה האָט אָבער נישט קײן אָפֿיציעלן פֿירער. אָט דער בלויז האָט געשאַפֿן אַ סיטואַציע, װאָס איז סײַ איראָניש, סײַ טרױעריק: דער גרעסטער קעגנער פֿאַרן באַצײכענען דעם אָנדענק פֿון די גרױסע ייִדישע ערטער אין לעמבעריק איז דווקא אַ ייִד, מלך שוחט. שוחט האָט אױסגעזידלט די בױ־אַרבעטער אױף דעם דאָזיקן אָרט; יאָרן לאַנג האָט ער געפֿירט געריכט־פּראָצעסן, געשריבן שאַרפֿע בריװ און געטענהט צו די אױסלענדישע זשורנאַליסטן און אַנדערע מענטשן, אַז דער „שילן־שטח“ פּראָיעקט איז אַ טײל פֿון אַן אַנטי־אוקראַיִנישן, אַנטיסעמיטישן, נעאָ־פֿאַשיסטישן פּלאַן צו פֿאַרשװעכן די ערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע — װעלכע, לױט זײַן מײנונג, געהערן נאָר צו אַ קלײנער גרופּע פֿון לעמבעריקער פֿרומע ייִדן, וואָס ער איז דער איינציקער פֿאָרשטייער דערפֿון.
אין די לעצטע יאָרן בין איך אָפֿט געקומען קײן לעמבעריק און אַ סך פֿאָטאָגראַפֿירט דעם אָרט פֿונעם נײַעם דענקמאָל. די בילדער דאָ פֿלעכטן צוזאַמען דעם הײַנט און דעם נעכטן; די ביז־איצטיקע שטאַרקע אָפּגעלאָזנקייט מיט די נײַע מעגלעכקייטן צו דערוויסן זיך וואָס ס׳איז דאָ אַמאָל געווען — אַ זאַך, וואָס סאָפֿיִאַ דיאַק האַלט איז אַ בפֿירושער טראָט פֿאָרויס.
איבערגעזעצט פֿון אַסיאַ פֿרומאַן
דזשײסאָן פֿראַנציסקאָ איז אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אָפּטייל פֿון פֿילם און מעדיאַ אינעם עמאָרי־אוניווערסיטעט, אַ פֿאָטאָגראַף און אַ שרײַבער. כּדי זיך צו דערװיסן מער װעגן זײַן װערק, טוט אַ קוועטש דאָ: www.jasonfrancisco.net
דער אַרטיקל האָט זיך לכתּחילה געדרוקט אויף ענגליש אין רות גרובערס בלאָג, //www.jewish-heritage-europe.eu/have-your-say/a-new-day-for-the-golden-rose-in-lviv
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.