(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4611)
דער דענקמאָל, װאָס ווערט איצט אויפֿגעשטעלט אויף דער סטאַראָיִעװרעיִסקאַ (ד״ה „אַלטע ייִדישע“) גאַס, אין סאַמע האַרץ פֿון דער לעמבעריקער אַלטשטאָט, איז דער װיכטיקסטער ייִדישער אָנדענק־פּראָיעקט פֿונעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט. מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז דאָס איז דער װיכטיקסטער לעמבעריקער אָנדענק־פּראָיעקט זינט דעם חורבן.
ס׳איז וויכטיק, ערשטנס, צוליב זײַן מאַסשטאַב און דעם אָרט, וווּ עס וועט שטיין; צווייטנס, ווײַל דער דענקמאָל באַטאָנט סײַ די פֿיזישע שפּורן פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער ירושה, סײַ די באַמיִונגען אױסצומעקן די דאָזיקע שפּורן; דריטנס, ווײַל דער דענקמאָל ווערט געבויט ווי אַ טייל פֿונעם לעבעדיקן שטאָטישן שטראָם, אַנשטאָט ווי אַן אומבאַוועגלעכע סטרוקטור, װאָס שטעלט זיך דווקא קעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן; ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דער פּאָטענציאַל פֿונעם דענקמאָל צו דערגרייכן די אָנקוקער אויף אַן עמאָציאָנעלן, אינטעלעקטועלן, עסטעטישן און עטישן אופֿן, אַלץ מיט איין מאָל.
די נייטיקײט פֿון אַזאַ אַמביציעזן אָנדענק־פּראָיעקט איז פֿאַרשטענדלעך. די לעמבעריקער קהילה האָט דאָ געלעבט זיבן הונדערט יאָר לאַנג, אָנטײלגענומען אין יעדן אַספּעקט פֿונעם שטאָטישן לעבן און האָט פֿאַרן חורבן באַטראָפֿן אַ דריטל פֿון דער לעמבעריקער באַפֿעלקערונג. איבער דער שטאָט האָבן פֿונקציאָנירט צענדליקער שולן און אַנדערע קהילה־אינסטיטוציעס. דער סימן־מובֿהק פֿון ייִדישן רוחניות איז אָבער געװען די גרופּע רעליגיעזע בנינים אױף דער סטאַרױעװרעיִסקאַ־גאַס, בפֿרט די שיל „די גילדענע רױז“ (מע האָט זי אויכעט גערופֿן „טורי זהבֿ“, אָדער „הט״ז“), דער שכנותדיקער בית־המדרש און די גרױסע שטאָטישע שיל.
„די גילדענע רױז“ איז טאַקע געװען אַ פּערל פֿונעם ייִדישן קוואַרטאַל. דאָס איז געװען די שאַפֿונג פֿונעם באַהאַװנטן איטאַליענישן אַרכיטעקט פּאַולוס איטאַלוס. מע האָט פֿאַרענדיקט בויען די שיל אין 1582. איבער גאַנץ אייראָפּע איז „די גילדענע רױז“ באַקאַנט געװאָרן װי אַ מײַסטערווערק פֿון דער רענעסאַנס־אַרכיטעקטור.
דאָ קען מען זען אַ דיגיטאַלישער מוסטער דערפֿון:
די נאַציס האָבן צעשטערט אַלע שטאָטישע שילן אַחוץ צװײ. די שילן אױף דער סטאַרױעװרײסקאַ־גאַס זענען אױך פֿאַרטיליקט געװאָרן. פֿאַרבליבן איז אַ גרויסער לאָך, נישט נאָר אַ פֿיזישער, נאָר אױך אַ פּסיכישער — אַ לאָך װאָס איז פֿאַרבליבן במשך פֿון דער סאָװעטישער און נאָכסאָװעטישער תּקופֿה.
די דורכפֿירער פֿונעם פּראָיעקט באַמיִען זיך נישט „אָנצופֿילן‟ דעם לאָך; מע קען אים, אַוודאי, נישט אָנפֿילן. זײ װילן פּשוט איבערגעבן דעם ייִדישן אינהאַלט פֿון לעמבעריקס פֿאַרגאַנגענהײט; דאָס װעט זײַן אַן עיקרדיקער טראָט אױף אַ לאַנגן װעג אױסצוהײלן די װוּנדן פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.
און טאַקע צוליב דעם איז אַזױ וויכטיק וואָס די קאָאַליציע פֿונעם פּראָיעקט איז אַזױ פֿאַרשידנאַרטיק. די קאָאַליציע נעמט אַרײַן דעם עקזעקוטיװ־קאָמיטעט פֿונעם לעמבעריקער שטאָטראָט; דעם שטאָטישן דעפּאַרטאַמענט אויפֿצוהיטן די היסטאָרישע ערטער; דעם צענטער פֿון דער שטאָטישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע; די דײַטשע אָרגאַניזאַציע „גיז“ (געזעלשאַפֿט פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענאַרבעט); דעם לעמבעריקער ייִדישן צדקה־פֿאָנד „חסד אריה“; דעם אַמעריקאַנער גענעאָלאָגישן פֿאַרבאַנד „גשר גאַליציע“ און דעם „ישׂראלדיקן פֿאַרבאַנד אָפּצומערקן די לעמבעריקע ייִדישע קולטור־ירושה און ערטער‟.
ביז נישט לאַנג צוריק זענען די איינציקע אָרטיקע אָנדענק־פּראָיעקטן נאָך דער אַמאָליקער ייִדישער קהילה געווען די וועלכע די ייִדן האָבן אַלײן דורכגעפֿירט. מערסטנס זענען דאָס געווען קליינע טאָװלען מיט קורצע דערקלערונגען וועגן דער אָרטיקער געשיכטע, אױפֿגעהאָנגען אויפֿן אָרט פֿון צעשטערטע שילן און ערטער פֿאַרבונדן מיטן נאַצישן גענאָציד ווי, למשל, דער לאַגער אױף דער יאַנאָווסקאַ־גאַס און די באַן־סטאַנציע קלעפּאַריװקע, ווי אױכעט אַ גרױסע סקולפּטור אױפֿגעשטעלט אין אָנדענק פֿון דער לעמבעריקער געטאָ.
אומדירעקט איז דאָס געווען אַן אָנצוהערעניש, אַז קיינער מחוץ די ייִדן, איז נישט פֿאַראינטערעסירט אין דער שרעקלעכער אָרטיקער געשיכטע; און דאָס איז געווען אַזוי סײַ אונטער דער סאָוועטישער, סײַ אונטער דער אוקראַיִנישער הערשאַפֿט.
זינט די 1980ער יאָרן הענגט יאָ אַ קלײנער טאָװל אױף דער װאַנט בײַ „דער גילדענער רױז“, אָבער ביז לעצטנס האָט מען בלויז געקענט זען דעם טאָװל, אַז מע שטייט אויף דער טעראַסע פֿון אַ כּלומרשט־ייִדישן רעסטאָראַן, וואָס הייבט אַרויס אַזוי פֿיל ייִדישע סטערעאָטיפּן, אַז ס׳איז ממש אַ באַליידיקונג פֿאַר ייִדן. דער טעקסט אױפֿן טאָװל זאָגט אַז דאָס איז אַ חורבֿה, אָבער דערקלערט גאָרנישט װעגן דער קהילה וואָס האָט דאָ אַמאָל עקזיסטירט; װעגן דער גרעסערער לעמבעריקער סבֿיבֿה אין װעלכער די ייִדן האָבן געוווינט, אָדער װעגן דעם חורבן בכלל. נישטאָ קײן רמז פֿון די מאָראַלישע שוועריקייטן בײַם אָנערקענען די טראַוומאַטישע פֿאַרגאַנגענהײט.
דער ציל פֿונעם איצטיקן אָנדענק־פּראָיעקט איז טאַקע צו אַנטוויקלען אַ גאָר אַנדערן צוגאַנג צו דער געשיכטע — אַ פּראָיעקט װאָס ווענדט זיך צום ברייטן עולם, אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער שטאָט־רעגירונג װעלכע נעמט אַליין אָן אַן אַקטיװע ראָלע — און פּרוּווט בכלל נישט ריינצוּוואַשן די פֿאַקטן פֿונעם חורבן.
ס׳איז גאָר װיכטיק אָנצוּװײַזן אַז דער פּראָיעקט װערט כּמעט אין גאַנצן דורכגעפֿירט פֿון נישט־ייִדן — איבערהױפּט סאָפֿיִאַ דיאַק, די דירעקטאָרין פֿונעם „צענטער פֿון דער שטאָטישער געשיכטע‟, און איריס גלײַכמאַן, די דירעקטאָרין פֿון „גיז“. בײדע פֿירן אָן דעם פּראָיעקט מיט אַ גרױסער געניטשאַפֿט, און זײער אַרבעט בלײַבט אָפֿט אומבאַמערקט פֿונעם ברײטן עולם. די אינטעלעקטועלע וויזיע און עפֿעקטיווקייט פֿונעם נײַעם דענקמאָל איז, קודם־כּל, אַ פּועל־יוצא פֿון זײער מבֿינות און שאַפֿערישקייט.
אויך ייִדן — סײַ אָרטיקע, סײַ אױסלענדישע — האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דעם פּראָיעקט. אין 2008, בשעת אַ קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט דורכן לעמבעריקער צענטער פֿון דער שטאָטישער געשיכטע, האָט סערגיי קראַװצאָװ פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים געפֿירט אַ שפּאַציר איבער דער שטאָט, און דאָס אַליין האָט אַרויסגערופֿן די דיסקוסיעס, וואָס האָבן דערפֿירט צום אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט צו געפֿינען אַ דיזײַן פֿאַר אַ ממשותדיקן דענקמאָל אין לעמבעריק.
דער געװינער פֿונעם פֿאַרמעסט איז געװען דער דײַטשער לאַנדשאַפֿט־אַרכיטעקט פֿראַנץ רעשקע. ייִדישע װיסנשאַפֿטלער פֿון דער גאַנצער װעלט האָבן צוגעשיקט טעקסטן וואָס מע זאָל ניצן צו שטעלן די היסטאָרישע אױפֿשריפֿטן פֿאַרן אָנדענק־אָרט; אַדאַ דיאַנאָװאַ און ראַבינער סיװע פֿײַנערמאַן פֿון דער פּראָגרעסיווער לעמבעריקער סינאַגאָגע „חסד אַריה“, האָבן אָרגאַניזירט לאַנגע און אָפֿטמאָל עמאָציאָנעלע אָפֿענע דיסקוסיעס צװישן די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן דערנאָך אָפּגעשטימט װעלכע טעקסטן צו ניצן.
די לעמבעריקער ייִדישע קהילה האָט אָבער נישט קײן אָפֿיציעלן פֿירער. אָט דער בלויז האָט געשאַפֿן אַ סיטואַציע, װאָס איז סײַ איראָניש, סײַ טרױעריק: דער גרעסטער קעגנער פֿאַרן באַצײכענען דעם אָנדענק פֿון די גרױסע ייִדישע ערטער אין לעמבעריק איז דווקא אַ ייִד, מלך שוחט. שוחט האָט אױסגעזידלט די בױ־אַרבעטער אױף דעם דאָזיקן אָרט; יאָרן לאַנג האָט ער געפֿירט געריכט־פּראָצעסן, געשריבן שאַרפֿע בריװ און געטענהט צו די אױסלענדישע זשורנאַליסטן און אַנדערע מענטשן, אַז דער „שילן־שטח“ פּראָיעקט איז אַ טײל פֿון אַן אַנטי־אוקראַיִנישן, אַנטיסעמיטישן, נעאָ־פֿאַשיסטישן פּלאַן צו פֿאַרשװעכן די ערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע — װעלכע, לױט זײַן מײנונג, געהערן נאָר צו אַ קלײנער גרופּע פֿון לעמבעריקער פֿרומע ייִדן, וואָס ער איז דער איינציקער פֿאָרשטייער דערפֿון.
אין די לעצטע יאָרן בין איך אָפֿט געקומען קײן לעמבעריק און אַ סך פֿאָטאָגראַפֿירט דעם אָרט פֿונעם נײַעם דענקמאָל. די בילדער דאָ פֿלעכטן צוזאַמען דעם הײַנט און דעם נעכטן; די ביז־איצטיקע שטאַרקע אָפּגעלאָזנקייט מיט די נײַע מעגלעכקייטן צו דערוויסן זיך וואָס ס׳איז דאָ אַמאָל געווען — אַ זאַך, וואָס סאָפֿיִאַ דיאַק האַלט איז אַ בפֿירושער טראָט פֿאָרויס.
איבערגעזעצט פֿון אַסיאַ פֿרומאַן
דזשײסאָן פֿראַנציסקאָ איז אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אָפּטייל פֿון פֿילם און מעדיאַ אינעם עמאָרי־אוניווערסיטעט, אַ פֿאָטאָגראַף און אַ שרײַבער. כּדי זיך צו דערװיסן מער װעגן זײַן װערק, טוט אַ קוועטש דאָ: www.jasonfrancisco.net
דער אַרטיקל האָט זיך לכתּחילה געדרוקט אויף ענגליש אין רות גרובערס בלאָג, //www.jewish-heritage-europe.eu/have-your-say/a-new-day-for-the-golden-rose-in-lviv
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.