(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס קאָן זײַן, אַז דער דאָזיקער פֿאָלק־מאָטיוו שטאַמט פֿון טיפֿע מיטל־מיזרחדיקע וואָרצלען. אין גמרא און מדרשים פֿיגורירט די פּאַווע אונטערן נאָמען „טווס‟. הגם דאָס וואָרט שטאַמט, ווי עס זעט אויס, לכתּחילה פֿון פּערסיש, ווערט עס אויף לשון־קודש אַסאָציִיִרט מיטן ענין — פֿליִען. אין דער אמתן, ווי אַ באַזוכער פֿון פּרינסעס־ביי קען גרינג באַמערקן, איז פֿאַרן דאָזיקן לאַנג־עקיקן און רעלאַטיוו גרויסן פֿויגל שווער אַפֿילו אַריבערצושפּרינגען דעם צוים פֿונעם געהויף. להיפּוך, האָט די מיטאָלאָגישע פּאַווע אַ יענוועלטיקן טעם און איז מסוגל צו פֿליִען „איבער אַלע ימען‟ און דינען ווי אַ מיסטישער שליח.
די טראַדיציאָנעלע איראַנישע כּתובות ווערן באַצירט מיט אַ לייב, וואָס דעקט צו די זון, דעם מיסטישן וועלט־בוים און צוויי פּאַוועס. דער זעלבער סימבאָל באַווײַזט זיך אָפֿט אויף די ספֿרדישע חנוכּה־לעמפּ פֿון צפֿון־ּאַפֿריקע און ווערט באַטראַכט ווי אַ סגולה קעגן עין־הרע. אין פּערסיע, וווּ די מאַיעסטעטישע פֿייגל זענען נישט קיין זעלטנקייט, אין פֿאַרגלײַך צו ניו־יאָרק צי ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, ווערן זיי אַסאָציִיִרט סײַ מיט דער סיטרא־אַחרא, סײַ מיט הייליקע און געטלעכע כּוחות.
בײַ די קורדישע יעזידן, וואָס לײַדן איצט פֿון שרעקלעכע גענאָציד־רדיפֿות מצד „אײַסיס‟, איז די פּאַווע באַקאַנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע סימבאָלן, ווײַל לויט זייער אמונה האָט דער אייבערשטער מציל געווען אַ מעכטיקן מלאך, דעם „פּאַווע־מלך‟ אָדער „מאַליק טאַוס‟, וועלכער איז געפֿאַלן פֿון הימל און געוויינט 7,000 יאָר, דערנאָך תּשובֿה געטאָן און פֿון זײַן איי באַשאַפֿן אונדזער גשמיותדיקע וועלט. צוליב דעם, רודפֿן זיי די פֿאַנאַטיקער פֿון „אײַסיס‟ פֿאַרן דינען עבֿודה־זרה. דערצו, ווערט די פּאַווע אָפֿט אַסאָציִיִרט בײַ די מוסולמענער מיטן שׂטן; צוליב דער דאָזיקער אַסאָציִאַציע, ווערן די יעזידן אָפֿט באַשולדיקט, כּלומרשט, אין סאַטאַניזם.
אין די מיסטישע שטראָמען פֿון איסלאַם ווערט די פּאַווע אויך אַסאָציִיִרט מיט פּאָזיטיווע כּוחות און פּערסאָנאַזשן. דער מאַהדי, דער מוסולמענישער עקוויוואַלענט פֿון מלך־המשיח, איז בײַ די שיִיִטן באַקאַנט ווי „די פּאַווע צווישן די תּושבֿים פֿון גן־עדן‟. לויט אַן אַנדער איסלאַמישער מעשׂה, האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן אַ מלאך אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פּאַווע, וועלכער האָט געבלויבט זײַן באַשעפֿער במשך פֿון 70,000 יאָר פֿאַר בריאת־העולם. דערנאָך האָט דער אייבערשטער געשטעלט אַ שפּיגל, כּדי דער פּאַווע־מלאך זאָל קענען דערזען זיך אַליין. דער מלאך האָט אַ קוק געגעבן און זיך געבוקט פֿינף מאָל צו זײַן באַשעפֿער; דעריבער דאַוונען די מוסולמענער פֿינף מאָל אַ טאָג.
אין דער בודיסטישער טראַדיציע, ווערט די פּאַווע אויך אַסאָציִיִרט מיט מיסטישע און משיחישע ענינים. מע דערציילט, אַז דער פֿילפֿאַרביקער פֿויגל האַלט אונטער דעם טראָן פֿון אַמיטאַבהאַ, דער קומענדיקער בודאַ, אַן אַנדער עקוויוואַלענט פֿון מלך־המשיח. מע דערציילט, אַז אין איינעם פֿון זײַנע פֿריִערדיקע גילגולים, איז בודאַ אַליין געווען אַ גאָלדענע פּאַווע. דער מאָטיוו פֿון בודאַ מיט פּאַווע־פֿעדער איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער בודיסטישער איקאָנאָגראַפֿיע.
אין זײַן ליד, שרײַבט משה־לייב האַלפּערן:
די זון וועט אַרונטערגיין הינטערן באַרג,
וועט קומען די גילדענע פּאַווע צו פֿליִען,
וועט קומען די גילדענע פּאַווע צו פֿליִען,
און מיטנעמען וועט זי אונדז אַלע אַהין,
אַהין וווּ די בענקשאַפֿט וועט ציִען.
די ייִדישע פּאָעזיע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בפֿירוש מאָדערנע, איינע פֿון די ייִנגסטע פּאָעטישע טראַדיציעס אין דער וועלט. פֿונדעסטוועגן, שפּירט זיך אין האַלפּערנס ליד אַ ווידערקול פֿון אוראַלטע מאָטיוון, וואָס שטאַמען פֿון פּערסיע, אינדיע און גיי ווייס וועלכע ווײַטע לענדער. און וואָס שייך סטאַטען־אײַלענד, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אַפֿילו אינמיטן דער טאָג־טעגלעכער גרויסשטאָטישער געוויינטלעכקייט טרעפֿן זיך צומאָל גאַנץ חידושדיקע זאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.