ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ?

How Do You Get To Auschwitz?

Yehuda Blum

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 02, 2016, issue of September 30, 2016.

נאָך אַ שווערער רײַזע פֿון שפּאַניע, אין וועלכער מיר האָבן געדאַרפֿט לויפֿן ווי משוגעים דורך אַ טערמינאַל פֿון אַ לופֿטפֿעלד אין איטאַליע, כּדי ניט צו פֿאַרפֿעלן אונדזער צווייטן עראָפּלאַן פֿונעם טאָג, זענען איך און מײַן חבֿרטע בשלום אָנגעקומען קיין קראָקע. ניט קיין קראָקע פּינקטלעך, נאָר צום שטעטל באַליטש, אַן ערך 11 קילאָמאָטער אַוועק פֿון קראָקע, וווּ עס געפֿינט זיך דער אינטערנאַציאָנאַלער אַעראָפּאָרט אויפֿן נאָמען פֿונעם געוועזענעם פּויפּסט און איצטיקן סאַנקט יאָהאַן פּאַולוס דער צווייטער.

מיר זענען געפֿאָרן קיין קוזמיר, דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע, מיט אַ טאַקסי. אונדזער שאָפֿער, אַ פּאָליאַק אין זײַנע זעכציקער, וואָס האָט געטראָגן אַ ציכטיקן אָנצוג, האָט דורכגעפֿירט אַ מין פֿריילעכע אויספֿאָרשונג.

„פֿון וואַנעט זענט איר געקומען?‟

„פֿון שפּאַניע.‟

„איר זענט דאָך אָבער אַמעריקאַנער?‟

„יאָ.‟

„ווי לאַנג וועט איר בלײַבן אין קראָקע.‟

„פֿיר טעג.‟

„צי האָט איר קרובֿים דאָ אין לאַנד?‟

„ניין.‟

„צי זענט איר שוין אַמאָל געווען אין פּוילן?‟

„ניין.‟

„איר האָט סתּם געטראַכט, אַז פּוילן איז אַ שיין לאַנד מיט פֿריילעכע מענטשן און גוטע באַקוועמלעכקייטן פֿאַר טוריסטן?‟ האָט ער זיך געוויצלט.

„ניט פּינקטלעך,‟ האָב איך מודה געווען.

ווײַטער האָבן מיר ביידע געשוויגן ביז מיר זענען אָנגעקומען צו אונדזער האָטעל.

„האַלט מײַן וויזיט־קאַרטל,‟ האָט דער שאָפֿער געזאָגט נאָך דעם וואָס איך האָב אים באַצאָלט. „אפֿשר וועט איר שפּעטער וועלן פֿאָרן קיין אוישוויץ. ס׳זעט אויס, אַז ס׳וואָלט אײַך געווען כּדאַי און איך וואָלט אײַך געפֿירט אויף אַ באַקוועמען אופֿן פֿאַר אַ נידעריקן פּרײַז און געוואַרט אויף אײַך ביז איר זענט גרייט אַהיימצופֿאָרן.‟

„אפֿשר,‟ האָב איך געזאָגט, „מיר פּלאַנירן טאַקע צו פֿאָרן.‟

אַ ביסל פֿאַרמיגלט בין איך אַרויסגעגאַנגען פֿונעם אויטאָ. שוין אינעם האָטעל, האָט מײַן חבֿרטע געשעפּשעט צו מיר אַ דערשטוינטע: „ווי אַזוי האָט ער געוווּסט, אַז מיר זענען ייִדן?‟

„ס׳איז דאָך ניט קיין מיסטעריע,‟ האָב איך געענטפֿערט. „מיר האָבן ניט קיין קרובֿים דאָ, און פּוילן איז דווקא ניט קיין לאַנד, וואָס ציט צו אַ סך אַמעריקאַנער אויף וואַקאַציע אין פֿאַרגלײַך מיט ענגלאַנד, שפּאַניע אָדער פֿראַנקרײַך. דערצו זענען מיר געקומען אין מיטן פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל און מיר שטײען אײַן אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, וווּ דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר. אַוודאי האָט ער שוין פֿאַרשטאַנען, אַז מיר וועלן פֿאָרן קיין אוישוויץ.‟

ניט געקוקט אויף מײַן דערקלערונג, האָט מײַן חבֿרטע נאָך אַלץ אויסגעזען אומרויִק.

איך אַליין בין ניט געווען ברוגז מיטן שאָפֿער צוליב זײַנע פֿראַגעס. אוישוויץ איז דאָך דאָס אָרט, וואָס מער טוריסטן באַזוכן ווי אַלע אַנדערע ערטער אין לאַנד און ס׳איז גאַנץ לאָגיש, אַז אַ טאַקסי־פֿירער וואָס רעדט מיט אַ ייִדישן פּאָרפֿאָלק זאָל זיי פּרובירן אײַנצורעדן צו פֿאָרן אַהין מיט אים. טאַקסי־פֿירער אין ניו־יאָרק ברענגען דאָך מענטשן מאַסנווײַז צו „גראַונד־זיראָ‟, דעם אָרט, וווּ ס׳זענען געשטאַנען די צווילינג־טורעמס פֿונעם צעשטערטן „וועלט־האַנדל־צענטער.‟ שאָפֿערן אין פּענסילווייניע ברענגען דאָך זייערע קליענטן קיין געטיסבורג, וווּ אַרום 10,000 סאָלדאַטן זענען געפֿאַלן בעתן סאַמע־בלוטיקסטן שלאַכט פֿונעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג. אוישוויץ איז ווײַט ניט דאָס איינציקע אָרט פֿון מאַסן־מאָרד, וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַטראַקציע.

אוישוויץ טראָגט אָבער, כאָטש פֿאַר מיר, אַן אַנדער טעם. די „לאָגישע זײַט‟ פֿון מײַן מוח האָט ניט געקענט איבעררעדן דאָס האַרץ, אַז די גאַנצע טוריסטישע אינדוסטריע אַרום דעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער איז נאָרמאַל. אַפֿילו אַז איך האָב געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז מע רעקלאַמירט אַ סך די טורן קיין אוישוויץ, איז עס דאָך געווען אַ שאָק צו זען, ווי דאָס פֿאָרן אַהין ווערט אַרײַנגענומען ווי אַ טייל פֿון גרעסערע פֿאָר־„פּעקלעך‟, צו פֿאַרשידענע אַטראַקציעס.

פֿון די רעקלאַמעס אויף די גאַסן דערוויסט מען זיך, אַז אויב מע וויל, למשל, פֿאָרן איין טאָג אין אוישוויץ און נאָך אַ טאָג אין אַ „וואַסער־פּאַרק‟, באַקומט מען פֿאַר דעם איין פּרײַז. אויב מע וויל, אָבער, פֿאָרן אין אוישוויץ, זען די אַמאָליקע שילן אין קראָקע און דערנאָך אויך פֿאַרברענגען אין אַ שלאָס אָדער אין אַן אַקוואַריום, באַקומט מען אַן אַנדער הנחה. און אַז מע וויל בעסער פֿאָרן פֿונעם האָטעל קיין אוישוויץ אין אַ לימוזין, באַקומט מען עסן און אַ ביסל בראָנפֿן בחינם אויב מע איז מסכּים אויך צו פֿאָרן צו די באַקאַנטע זאַלץ־גריבער. איך האָב פּשוט ניט געקענט באַגרײַפֿן, אַז עמעצער וואָלט געוואָלט דווקא פֿאָרן אין אַ לימוזין נאָכן זען די ריזיקע בערג שיך, וואָס בלײַבן ווי דער לעצטער עדות נאָך די טויזנטער מענטשן, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן מיטן רויך.

ניט געקוקט אויף די אַלע אומאָנגענעמע רעקלאַמעס, האָבן מיר זייער גוט פֿאַרבראַכט אין פּוילן. קראָקע איז אַ פּרעכטיקע שטאָט און אַפֿילו מיט דער מאָדנער קאָמערציאַליזאַציע, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט קוזמיר אין אַ מין ייִדישן „דיזנילאַנד‟, זענען די שילן כּדאַי אָנצוקוקן. דערצו האָב איך באַמערקט, אַז צווישן די מענטשן אין איבער 20 לענדער אין וועלכע איך בין געפֿאָרן, זענען דווקא די פּאָליאַקן די סאַמע באַהילפֿיקסטע און פֿרײַנדלעכסטע מענטשן, וואָס איך האָב אַ מאָל געטראָפֿן. אַז איר זעט אויס פֿאַרבלאָנדזשעט אויף אַפֿילו אַ רגע, קומט מען גלײַך צו צו אײַך און פֿרעגט, צי מע קען אײַך ווײַזן דעם וועג. ס׳איז באמת ניט קיין אופֿן צו שנאָרען געלט בײַ די טוריסטן. אַ סך צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער ווילן טאַקע העלפֿן.

נאָך די אַלע קאָנצערטן, טרעפֿונגען מיט אַלטע פֿרײַנד, טורן פֿון שילן, און געשמאַקע פּיראָגן, איז עס אונדז קוים פֿאַרבליבן אַ פֿרײַער טאָג צו באַזוכן אוישוויץ. און ווען ס׳איז סוף־כּל־סוף געקומען דער טאָג, וואָס מיר האָבן באַשטימט צו באַזוכן דעם לאַגער, האָב איך פֿאַרשטאַנען עפּעס, וואָס איך האָב פֿריִער אפֿשר נאָר געוווּסט אונטערבאַוווּסטזיניק: איך האָב ניט געוואָלט פֿאָרן אַהין.

איך האָב פּשוט ניט געפֿילט, אַז ס׳איז נייטיק. איך בין געווען זייער נאָענט צו מײַן ברודערס באָבע, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער. איך האָב איבערגעזעצט דעם גבֿית־עדות פֿון צענדליקער ייִדן, וואָס האָבן פּרטימדיק באַשריבן זייערע יסורים דאָרטן. איך האָב אַליין אינטערוויויִרט עטלעכע מענטשן וועגן זייערע איבערלעבונגען דאָרטן. געדענקען וועל איך אויך אויף אייביק ווי איין פֿרוי האָט פֿאַר מיר נאָכגעמאַכט דעם קלאַנג, וואָס עס האָבן געמאַכט די קערפּער פֿון קליינע קינדער, נאָך דעם וואָס מע האָט זיי געוואָרפֿן אויף אַ ריזיקן שײַטער.

וואָס וואָלט איך באמת באַקומען פֿונעם פֿאָרן אַהין? בעסער, האָב איך געטראַכט, איך זאָל זען נאָך ערטער וווּ די ייִדן האָבן געוווינט במשך פֿון הונדערטער יאָרן, איידער דעם פֿאַבריק פֿון אומקום, וווּ מע האָט זיי אויסגעקוילעט.

מײַן חבֿרטע איז ניט געווען מסכּים. „ווער פֿאָרט קיין פּוילן און באַזוכט ניט אוישוויץ? ס׳איז אַ חילול־הכּבֿוד פֿאַר די אַלע, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן דאָרטן.‟

„מע קען טענהן פֿאַרקערט,‟ האָב איך געענטפֿערט. „אפֿשר איז עס דווקא אַ חילול־הכּבֿוד, אַז אַזוי פֿיל טוריסטן באַזוכן דעם אָרט און קוקן אויף די בערג שיך מיט פֿאַרגאַפֿטע אויגן.‟

„ס׳איז אָבער אָבליגאַטאָריש צו פֿאָרן,‟ האָט זי געזאָגט. „מע מוז גיין.‟

„ווער זאָגט אַז ס׳איז אָבליגאַטאָריש?‟, האָב איך געפֿרעגט. „ווער שאַפֿט די כּללים?‟

מיר האָבן אַרומגערעדט די פֿאַרשידינע ברירות ווי אַזוי מע קען דאָרטן אָנקומען. געוויסע מענטשן האָבן געעצהט, אַז מע זאָל פֿאָרן מיט דער באַן אָבער דאָס האָט אונדז אויסגעזען עקלדיק. זיכער האָבן מיר ניט געוואָלט פֿאָרן מיט קיין לימוזין. אַפֿילו צו פֿאַרזיכערן, אַז מע זאָל פֿאָרן אין אַן אויטאָ מיט לופֿטקילונג האָט מיר אויסגעזען ווי אַ באַליידיקונג צו די אַלע, וואָס זענען דאָרטן אָנגעקומען אין פֿאַרפּאַקטע פֿראַכט־וואַגאָנען אונטער דער ברענענדיקער זון.

„ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ?‟, האָב איך געפֿרעגט דעם קאָנסיערזש.

„ס׳איז גאַנץ גרינג,‟ האָט ער געענטפֿערט. „מע דאַרף פּשוט אַרויסגיין אין גאַס און געפֿינען אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ טור־פֿירמע און איר אָנקלינגען.‟

„נו,‟ האָב איך געזאָגט „איך וויל דווקא ניט פֿאָרן מיט קיין טוריסטישער גרופּע.‟

„איר קענט פֿאָרן מיט אַ באַן.‟

„דאָס זיכער ניט.‟

„אפֿשר בעסער מיטן אויטאָבוס?‟

איך האָב געקראָגן פֿון אים די צײַטן, ווען עס פֿאָרן אָפּ די אויטאָבוסן קיין אוישוויץ. צום סוף, אָבער, זענען מיר ניט געפֿאָרן. מיר האָבן אָפּגעפּטרט אַזוי פֿיל צײַט בײַם באַשליסן ווי אַזוי מע זאָל פֿאָרן, אַז ס׳איז אונדז באמת ניט געבליבן גענוג צײַט.

פֿאַרשידענע מענטשן האָבן רעאַגירט מיט אַ געוויסן שאָק, ווען איך האָב זיי דערקלערט, אַז איך האָב ניט באַזוכט אוישוויץ. איין חבֿר האָט מיך געפֿרעגט, ווי אַזוי איך, עמעצער וואָס האָט געאַרבעט אַזוי פֿיל צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן און פֿון דער ייִדישער קולטור וואָס איז דאָרטן חרובֿ געוואָרן, וואָלט געקענט ניט פֿאָרן.

„איך דאַרף ניט פֿאָרן,‟ האָב איך דערקלערט. „איך ווייס שוין, ווי אַזוי ס׳האָט געקלונגען, ווען אַ פֿרוי האָט דערזען, ווי מע וואַרפֿט איר פּלימעניק אויף אַ שײַטער. דאָרטן וועל איך גאָרניט ניט זען, וואָס איך האָב שוין ניט געזען אין אירע אויגן.‟