די אוקראַיִנישע ציגײַנער: צוויי טראַגעדיעס

Ukrainian Roma: Two Tragedies

די ציגײַנערישע הײַזער אין לאָשטשינאָווקע נאָכן פּאָגראָם
Facebook
די ציגײַנערישע הײַזער אין לאָשטשינאָווקע נאָכן פּאָגראָם

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 07, 2016, issue of September 30, 2016.

דעם 20סטן אויגוסט איז ריגע געשטאָרבן דער באַקאַנטער ציגײַנערישער זשורנאַליסט און כּלל־טוער וואַלערי נאָוואָסעלסקי, אַ געבוירענער אין דניעפּראָפּעטראָווסק, אוקראַיִנע. מע גיט איבער, אַז ער האָט, נעבעך, זיך גענומען דאָס לעבן צוליב שווערער דעפּרעסיע. אַחוץ די ציגײַנערישע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן, איז דאָס טראַגישע געשעעניש געבליבן כּמעט אינגאַנצן פֿאַרקוקט אין דער ברייטער פּרעסע.

דעם 27סטן אויגוסט האָט אַ תּושבֿ פֿונעם אוקראַיִנישן דאָרף געפֿונען אין אַ פֿאַרלאָזטן בנין דעם גוף פֿון אַ דערמאָרדעט אַ קליין מיידל. די פּאָליציי האָט גלײַך אַרעסטירט אַ 21־יאָריקן פֿאַרדעכטיקטן. די אָרטיקע אײַנוווינער – על־פּי־רובֿ בולגאַרן – האָבן אָנגעהויבן פּאָגראָמירן די אָרטיקע ציגײַנער, צעשטערט זייערע הײַזער און פֿאַרטריבן זיי פֿונעם דאָרף. צוליב דעם בלוטיקן כאַראַקטער פֿון דער מעשׂה, האָבן אַלע גרויסע פּרעסע־קוואַלן זיך אָפּגערופֿן וועגן דעם דאָזיקן פּאָגראָם.

נאָוואָסעלקי, דער פֿאַרשטאָרבענער 46־יאָריקער אַקטיוויסט, איז געווען אַ זון פֿון אַ ייִדישן טאַטן און אַ ציגײַנערישער מאַמע. אינעם יאָר 1993 האָט ער זיך באַטייליקט אין דער קאָנטראָווערסאַלער באַוועגונג „ייִדן פֿאַר יעזוס‟, און מיט צוויי יאָר שפּעטער עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט ציגײַנערישן אַקטיוויזם. אינעם יאָר 1999 האָט ער געשאַפֿן די „ציגײַנערישע ווירטועלע נעץ‟, וואָס בלײַבט דער וויכטיקסטער נײַעס־קוואַל פֿאַר די ציגײַנער אין פֿאַרשיידענע לענדער. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, אין 2002, האָט ער געשאַפֿן אַן ענלעכן נײַעס־קוואַל פֿאַר ייִדן, „דער ייִדישער קאַליידאָסקאָפּ‟. זײַענדיק אַ קענער פֿון אַ גאַנצער ריי שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט העברעיִש, ציגײַנעריש, שפּאַניש, ענגליש, ענגליש, רוסיש און אוקראַיִניש, איז ער געווען אַ געראָטענער מומחה אין אינטערנאַציאָנאַלער סאָציאַלער טעטיקייט.

וואַלערי נאָוואָסעלסקי בײַם כּותל־המערבֿי, מאַרץ 2016
Facebook
וואַלערי נאָוואָסעלסקי בײַם כּותל־המערבֿי, מאַרץ 2016

צוליב זײַן געמישטן אָפּשטאַם און דער קריסטלעכער אמונה, האָט נאָוואָסעלסקי געליטן פֿון כּלערליי אומאָנגענעמע סיטואַציעס, זײַענדיק מיטאַמאָל אַ צילברעט פֿון אַנטיסעמיטן און שׂונאים פֿון ציגײַנער. הגם בעתן חורבן האָבן די ציגײַנער געליטן, פּונקט אַזוי ווי ייִדן, פֿונעם שוידערלעכן מאַסן־גענאָציד, זענען אַנטי־ציגײַנערישע בילבולים נישט קיין נאָווינע אויף דער ייִדישער גאַס. צום בײַשפּיל, האָט לינאַ טאָרפּוסמאַן, אַ גענוג באַקאַנטע רוסיש־ייִדישע זשורנאַליסטקע, מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם, ווי אַזוי די ציגײַנער האָבן זי, כּלומרשט, געפּרוּווט צוצוגנבֿענען, ווען זי איז געווען אַ קינד. נאָוואָסעלסקי האָט באַשולדיקט די מחברטע אין קסענאָפֿאָבישע אויסטראַכטענישן. טאָרפּוסמאַן האָט אויף דער געענטפֿערט מיט אַן עכטן בלוט־בילבול און באַשולדיקט די ציגײַנער אין אַן אַנדער אַרטיקל אינעם, נישט מער און נישט ווייניקער, „קאָלעקטיוון קאַניבאַליזם‟.

די ציגײַנערישע אינטעליגענטן און אַקטיוויסטן אַרום דער וועלט באַקלאָגן זיך איצט, אַז זיי האָבן פֿאַרלוירן איינעם פֿון זייערע בעסטע און באַגאַבסטע פּערזענלעכקייטן. מאַקסים יעפֿימאָוו, זײַנער אַ באַקאַנטער, גיט איבער, אַז דער פֿאַרשטאָרבענער האָט זיך געמוטשעט פֿון גרויסע חובֿות און געפֿירט זײַן טעטיקייט לשם־שמים, און מע פּלאַנירט אים צו באַערדיקן אין ארץ־ישׂראל.

די צווייטע אַנומלטיקע טראַגישע מעשׂה, וואָס האָט צו טאָן מיט ציגײַנער, האָט גאָר אַן אַנדער טעם. עמעצער האָט דערמאָרדעט אַן 8־יאָריק אָדער 9־יאָריק מיידל אינעם דרום־אוקראַיִנישן דאָרף. די מעדיצינישע עקספּערטיז האָט באַשטעטיקט, אַז זי איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן. בערך 300 אָרטיקע תּושבֿים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער גאַס, כּדי צו שלאָגן די ציגײַנער, פֿאַרברענען און צעשמעטערן זייערע הײַזער. אַ טוץ ציגײַנערישע משפּחות זענען אַנטלאָפֿן, אַרײַנגערעכנט מאַמעס מיט קליינע קינדער. צום גליק, האָבן זיי זיך באַצײַטנס געראַטעוועט פֿונעם צעיושעטן המון. אַנשטאָט צו פֿאַרטיידיקן די געליטענע, האָט די אוקראַיִנישע רעגירונג באַשלאָסן זיי בלויז צו העלפֿן זיך אומצוקערן, באַוואַכט מיט פּאָליציי, כּדי מיטצונעמען זייערע חפֿצים, וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט בעתן אַנטלויפֿן פֿונעם פּאָגראָם.

די אורקאַיִנישע מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציעס באַמערקן, אַז דער אַרעסטירטער פֿאַרדעכטיקטער יונגערמאַן, וועלכן די פּאָליציי האָבן געפֿונען טויט־שיכּור מיט צעבלוטיקטע הענט, איז בכלל נישט קיין ציגײַנער. דערווײַל איז נישט קלאָר, צי ער איז טאַקע שולדיק אינעם שרעקלעכן פֿאַרברעכן. אַזוי צי אַזוי, אויב ער האָט עס טאַקע געטאָן, איז עס נישט תּירוץ צו לינטשעווען די גאַנצע ציגײַנערישע באַפֿעלקערונג לויט דער ראַסיסטישער לאָגיק.

לאָשטשינאָווקע, בערך 200 קילאָמעטער פֿון אָדעס און אין 150 קילאָמעטער פֿון קעשענעוו, געפֿינט זיך אינמיטן דער געגנט, וואָס איז טרויעריק באַרימט אין דער ייִדישער געשיכטע ווי דער היסטאָרישער צענטער פֿון די ערגסטע מאַסן־פּאָגראָמען. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט דער קעשענעווער פּאָגראָם זיך אָנגעהויבן צוליב דעם טויטן 14־יאָריקן קריסטלעכן בחור. ווי מע האָט אויסגעפֿונען, האָט זײַן אייגענער פֿעטער אים דערמאָרדעט. דער המון האָט אָבער באַשלאָסן, אַז ייִדן – אַלע ייִדן – מוזן זײַן שולדיק אינעם מאָרד. אין אָדעס, איינע פֿון די סאַמע קאָסמאָפּאָליטישע שטעט אין אוקראַיִנע, האָט זיך פֿאַרגאָסן נאָך מער בלוט אין אָקטאָבער 1905. בערך 400 ייִדן זענען אומגעקומען און 50 טויזנט זענען געבליבן אָן אַ היים.

אַ סך קאָמענטאַרן אויף די אוקראַיִנישער נײַעס־וועבזײַטן, וווּ דער פּאָגראָם אין לאָשטשינאָווקע ווערט אָפֿט געשילדערט מיט אַ בפֿירוש אַנטי־ציגײַנערישן טעם, זענען ממש שרעקעדיק. אין די אויגן וואַרפֿן זיך באַמערקונגען פֿון פֿאַשיסטישע פּאַרשוינען, וואָס באַקלאָגן זיך, אַז די אוקראַיִנישע רעגירונג פֿירט זיך אויף צו ווייך און דעמאָקראַטיש לגבי די ציגײַנער. „קאַסטרירט זיי ווי ווילדע הינט – און פֿאַרטיק‟; „די פּאַראַזיטן דאַרף מען כּסדר שלאָגן‟; „אויף 99 פּראָצענט פֿאַרקויפֿן זיי נאַרקאָטיקן, נאָך אויף 1 פּראָצענט שמאַטעס, און דערצו הרגענען זיי קינדער‟; „אַדאָלף איז געווען גערעכט: די זשידעס און ציגײַנער – אינעם אויוון אַרײַן!”

אין דער אמתן, זענען די טראַדיציאָנעלע ציגײַנער אַ פֿרידלעך און קאָנסערוואַטיוו פֿאָלק, וואָס פֿאַרווערט זייער שטרענג צווישן זיך זנות און רוצחישע גוואַלד־מעשׂים. אויב דער פֿאַרדעכטיקער יונגערמאַן איז טאַקע שולדיק, מוז דער ציגײַנערישער אינערלעכער ראַט אים אַרײַנלייגן אין חרם לויט אַ ספּעציעלן ריטואַל ווי אַ געפֿערלעכן און סכּנותדיקן אויסוווּרף.

די געוויינטלעכע שטאָטישע און דאָרפֿישע ציגײַנער אין אוקראַיִנע און אַנדערע לענדער באַהאַלטן אָפֿט אויס זייער אָפּשטאַם. די מינאָריטעט פֿון מאַרגינאַלע קבצנים און נע־ונדניקעס, וואָס בעטלען אויף דער גאַס און פֿאַרנעמען זיך אָפֿט מיט נאַרקאָטיק־הענדלערײַ און אַנדערע צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן בעטלען אויף דער גאַס, ציט אָבער צו דעם אויפֿמערק פֿון די קסענאָפֿאָבן, וועלכע מאַכן דעם אויספֿיר, אַז אַלע „עכטע‟ ציגײַנער זעען אויס און פֿירן זיך אויף אַזוי.

דעם ברייטערן עולם וואָלט געווען כּדאַי זיך בעסער צו באַקענען מיט דער ציגײַנערישער קולטור און פֿאַרשטיין, אַז אַחוץ די מאַרגינאַלע עלעמענטן און פֿאָלקלאָרישע טאַנץ־אַנסאַמבלען זענען בײַ די ציגײַנער פֿאַראַן באַגאַבטע שרײַבער, פּאָעטן, וויסנשאַפֿטלער, מלחמה־העלדן און אָנגעזעענע קלטור־טוער. ווען אַזעלכע מענטשן גייען אַוועק, רופֿן זיי אַרויס, צום באַדויערן, אַ קלענערן אינטערעס אין דער פּרעסע, אין פֿאַרגלײַך מיט קרימינעלע און בלוטיקע מעשׂים.

ווען די נײַעס וועגן די געשעענישן אין לאָשטשינאָווקע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין דער פּרעסע, האָבן די רוסישע צײַטונגען זיי פֿאַרגליכן מיט די אַמאָליקע אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען. להיפּוך, האָבן די מערבֿדיקע אויסגאַבעס אײַנגעהאַלטן איבערגעגעבן, אַז אינעם אוקראַיִנישן דאָרף זענען געשען „אומרוען”. וואָס שטימט בעסער מיט די אידעאַלן פֿון דער אָביעקטיווער זשורנאַליסטיק: דער נייטראַלער אָדער שאַרפֿער טאָן? עס גייט דאָך אַ רייד וועגן אַ טיפּישן פּאָגראָם, וואָס פֿאָדערט אַ געהעריקע פּרעסע־רעאַקציע.

פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען באַמערקן אין ביידע פֿאַלן אַ קלאָרע פּאָליטישע נטיה. די פּראָ־רוסישע קוואַלן באַנוצן זיך אויס מיט אַ נײַער געלעגנהייט צו פֿאַרדאַמען אוקראַיִנע, און די אַנטי־רוסישע אויסגאַבעס ווילן דווקא פֿאַרקלענערן דעם פֿאַקט, אַז אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע באַווײַזן זיך ווידער די „קלאַסישע‟ פּאָגראָמשטשיקעס. עס קאָן זײַן, אַז אין אַזעלכע סענסיטיווע סיטואַציעס בלײַבט אָביעקטיווקייט בלויז אַן אילוזיע.