פֿון אַלע פּרשיות אין דער תּורה, שטימט אונדזער סדרה, מסתּמא, צום מערסטן מיטן רוח פֿון מוסר־ספֿרים און פּרקי־אָבֿות.
דער מוסר־השׂכּל פֿון די ספּעציפֿישע מיצוות, וואָס וואָרענען די שופֿטים און מלכים, אַז געלט און פּערזענלעכע נטיות ברענגען צו קאָרופּציע, זענען אַקטועל פֿאַר יעדן מענטש.
ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָבן די דיינים געהאַט דאָס רעכט און כּוח אויפֿצוצווינגען זייערע פּסקי־דינים. דער סנהדרין האָט אַפֿילו געקאָנט פֿאַרמישפּטן צום טויט צוליב חילול־שבת און אַ גאַנצער ריי אַנדערע עבֿירות. די חז״ל דערקלערן, אַז למעשׂה האָבן די דיינים אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים אויסגעמיטן די פֿיזישע שטראָפֿן.
אַדרבה, אויב אַ געוויסער סנהדרין וואָלט פֿאַראורטיילט עמעצן צום טויט כאָטש איין מאָל אין 7 אָדער אַפֿילו 70 יאָר, וואָלט ער באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „בלוטיקן‟. רבי עקיבֿא האָט בכלל געגלייבט, אַז די טויט־שטראָף איז באַרעכטיקט בלויז אין טעאָריע.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די אַמאָליקע דיינים געהאַט אַ רעאַלן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע צײַטן, האָבן די רבנים אין די הײַנטיקע ייִדישע קהילות, צום מערסטן, בלויז דעם כּוח צו לייזן אַ פֿינאַנציעלן אָדער משפּחה־קאָנפֿליקט, אויב די צעקריגטע צדדים זענען לכתּחילה מסכּים צו גיין אין בית־דין. עס טרעפֿן זיך געוויסע מענטשן, וואָס חלומען אומצוקערן די אַלטע שטרענגע סיסטעם און אַפֿילו פּרוּוון אײַנצושטעלן אַ נײַעם סנהדרין אין ארץ־ישׂראל. ס׳רובֿ ייִדן קוקן אָבער אויף אַזעלכע פּראָיעקטן ווי אויף עקסצענטרישע טשיקאַוועסן.
דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי זצ״ל, וועלכער האָט כּסדר גערעדט אויף משיחישע טעמעס, דערקלערט אין זײַנע שמועסן, אַז אין דער צוקונפֿטיקער גאולה־תּקופֿה וועט מען מער נישט דאַרפֿן קיין צוואַנג. צוליב דעם, בעטן מיר יעדן טאָג אין שמונה־עשׂרה: „שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה‟; אַנשטאָט די צוואַנג־שוטרים ווערן אין דער טאָג־טעגלעכער תּפֿילה דערמאָנט בלויז עצה־געבער. לויטן ליובאַוויטשער רבין, האָט די וועלט שוין דערגרייכט די מדרגה, ווען מיט גוואַלד־מיטלען קאָן מען נישט שאַפֿן קיין געראָטענע קהילה.
אַ ריי אַנדערע גרויסע חסידישע צדיקים גייען נאָך ווײַטער און באַטאָנען, אַז אין משיחס צײַטן וועט יעדער מענטש קאָנען געפֿינען אַן אייגענעם וועג צום באַשעפֿער. להיפּוך צו אַ בוכשטעבלעכן מלך, באַשטייט משיחס אויפֿגאַבע אינעם פֿאַרשפּרייטן דעם משיחישן גײַסט אין דער וועלט, וווּ יעדער וועט ווערן „אַ שטיקל משיח”.
דער איזשביצער רבי גייט אַפֿילו נאָך ווײַטער און גיט צו, אַז די הפֿקרדיקע טענדענצן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה זענען אַ סימן פֿון קומענדיקע גאולה־צײַטן. דערווײַל ווערט אָבער דער משיחישער גײַסט אַנטפּלעקט אויף אַ קרומען אופֿן, ווײַל מיר בלײַבן נאָך אין גלות. די וועלט פֿון פֿרײַהייט, „עלמא־דחרותא‟, בלײַבט נאָך אַלץ אַ געוווּנטשענע אוטאָפּיע.
עס באַקומט זיך, אַז וואָס ווײַטער פּראָגרעסירט אין דער עולם דער משיחישער פּאָטענציאַל, אַלץ מער אַלטמאָדיש קלינגען פֿאַר אונדז די מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט מלכים, טויט־שטראָפֿן און „מאָראַלישקייט־פּאָליציי‟. פֿונדעסטוועגן, ווייסן מיר דאָך, אַז אַלע ווערטער אין דער תּורה בלײַבן אייביק אַקטועל. אין דער אמתן, אויב מער טראַכט זיך אַרײַן, לערנען מיר אין דער הײַנטיקער פּרשה אָפּ אַ גאַנצע ריי ענינים, וואָס זענען באַזונדערס וויכטיק דווקא אין אַ סבֿיבֿה, וווּ יעדער מענטש פֿירט זיך אויף בגשמיות אומאָפּהענגיק, און דערפֿאַר מוז ברוחניות זײַן מער פֿאָרזיכטיק מיט זײַנע הפֿקרדיקע נטיות. צו באַטראַכטן יעדן טראָט אַליין איז שווערער, ווי צו פֿאָלגן אַ קאָמאַנדיר.
די תּורה הייסט אײַנצושטעלן די דיינים אין „אַלע אײַערע טויערן‟. ווי עס שטייט געשריבן אין די חסידישע ספֿרים, מוז מען באַשיצן אַלע „טירן‟ פֿונעם מענטשלעכן גוף, אַרײַנגערעכנט די אויגן, אויערן, דאָס מויל און אַפֿילו די נאָז, פֿון די מעגלעכע דרויסנדיקע השפּעות. אין געוויסע קהילות נעמט מען עס הײַנט אָן בוכשטעבלעך; מע פֿאַרשליסט זיך אין אַן איזאָלירטער געגנט פֿון דער אַרומיקער וועלט.
דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אָבער איז זײַן ספֿר „זרע קודש‟, אַז די איזאָלאַציע וועט נישט העלפֿן. אַדרבה, אַזאַ שטייגער לעבן קאָן דווקא פֿאַרפֿירן. די תּורה זאָגט, אַז דער כאַבאַר פֿאַרבלענדט די אויגן פֿון חכמים. אינעם פּערזענלעכן זין, רעדט צומאָל דער יצר־הרע דעם מענטש אײַן, אַז ער טוט שוין אַזויפֿיל מיצוות, אַז ער דאַרף מער נישט שטײַגן צו אַ העכערער מדרגה. אויב מע וווינט אין באָראָ־פּאַרק צי מאָנסי און מע לערנט אַ גאַנצן טאָג אין אַ כּולל, דאַרף מען נישט שטרעבן צו ווערן אַ בעסערער מענטש.
די פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס דער יצר־הרע קאָן אויפֿן אויבערפֿלאַך פֿאַרשטעלן עבֿירות ווי מיצוות. די תּורה וואָרנט ווײַטער אינעם זעלבן פּסוק, אַז דער כאַבאַר פֿאַרקרומט די וועגן פֿון צדיקים. צומאָל טרעפֿט זיך, אַז אַ מענטש איז טאַקע אין אַ געוויסער מאָס אַן עכטער צדיק, אַלעמאָל פֿאַרטאָן אין גרויסע מיצוות און מעשׂים־טובֿים. דער יצר־הרע קאָן נאָך אַלץ אַרײַנקריכן און אײַנרעדן אַזאַ מענטש, צום בײַשפּיל, אַז ער מעג זיך באַציִען אומטאָלעראַנט לגבי דעם „פּשוטן‟ עולם. אַ געוויסע גרויסע מיצווה קאָן דינען ווי אַן אינערלעכער „כאַבאַר‟.
דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז עס טרעפֿן זיך אַמאָל סיטואַציעס, ווי עס ווערט דערקלערט אין דבֿרי־חז״ל, אַז געוויסע תּורה־ענינים קאָן מען בלויז פֿאַרשטיין ווי געהעריק, ווען מע ווערט אויף זיי „אָנגעשטויסן‟ — דהײַנו, ווען מע איז עובֿר אויף זיי אָדער, לכל־הפּחות, ווען מע געפֿינט זיך אין צווייפֿלהאַפֿטיקע סיטואַציעס.
אָפּגעריסנקייט פֿון דער וועלט איז לאַוו־דווקא אַ גוטער אופֿן צו פֿאַרשטיין די תּורה.
אויב מע לעבט אין אַ שטרענגער פֿאַרשלאָסענער קהילה, גאַראַנטירט עס נישט, אַז דער יצר־הרע וועט זיך נישט געבן אַן עצה צו פֿאַרפֿירן די נשמה אויף אַן אומגעריכטן אופֿן. אַדרבה, מע דערציילט, אַז ווען דער קאָצקער רבי האָט געהערט, אַז אַ געוויסער יונגערמאַן לערנט גמרא אַ גאַנצן טאָג, האָט דער רבי געפֿרעגט: ווען געפֿינט דער יונגערמאַן די צײַט צו פֿאַרשטיין, וואָס ער לערנט?
בײַ ייִדן אין ליטע און ווײַסרוסלאַנד זאָגט מען, אַז דער יצר־הרע איז אַ „קלוגינקער‟. אונדזערע אינסטינקטן זענען נישט צו קלוג, אָבער פֿאַרמאָגן אַ געוויסע קלוגשאַפֿט. נישט אַלעמאָל ווייסן מיר, וואָס ס׳באַהאַלט זיך אין אונדזער אומבאַוווּסטזײַן, און ווי אַזוי פּינקטלעך די אומבאַוווּסטזיניקע נטיות זענען משפּיע אויף אונדז. פֿונדעסטוועגן, קאָנען מיר זיך נישט אַלעמאָל באַגיין מיט ראַציאָנאַלע חשבונות. צומאָל מוז מען זיך דווקא פֿאַרלאָזן אויף דער אינטויִציע, ווײַל דער קאַלטער שׂכל קאָן אַרײַנציִען אין אַ טיפֿער בלאָטע.
בקיצור, די עבֿודה פֿונעם אָפּגעבן דין־וחשבון אינעם לעבן איז אַ שווערע, ווײַל נישט אַלעמאָל קאָן מען פֿאָרמולירן קלאָרע אינסטרוקציעס פֿאַר אונדזערע אינערלעכע אָפּשאַץ־כּוחות. אין דער הײַנטיקער סדרה שטייט געשריבן, אַז דער רבונו־של־עולם אַליין טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אײַנשטעלן די „שופֿטים און שוטרים‟ אין יעדן טויער. ווען מיר פֿילן, אַז דער באַשעפֿער אַליין העלפֿט אונדז צו לייזן די סתּירה צווישן דעם קאַלטן שׂכל און הפֿקרדיקע עמאָציעס דורך אומגעריכטע אינטויִטיווע באַשלוסן, קאָן עס זײַן אַ גוטער סימן; פֿונדעסטוועגן, מוז מען ווײַטער זיך גריבלען אין זיך, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז אונדזער אינטויִציע פֿירט אונדז אין אַ גוטער ריכטונג.
די הײַנטיקע מוסר־פּרשה וואָרנט וועגן אַזעלכע עקסטרעמע פּערזענלעכע דורכפֿאַלן, ווי דאָס מאָרדן אַן אומשולדיקן מענטש און דאָס פֿאַרמישפּטן אַן אומשולדיקן צום טויט. זי שליסט זיך אָבער מיטן אָפּטימיסטישן צוזאָג: „כּי תּעשׂה הישר בעיני השם‟ — ווײַל איר וועט זיך ריכטיק פֿירן אין די אויגן פֿונעם אייבערשטן. ווען מע שטרעבט צו טאָן אַלץ לשם־שמים און מע גלייבט אין דער געטלעכע השגחה־פּרטית, נישט געקוקט אויף דער כאַאָטישער און סתּירותדיקער נאַטור פֿונעם מענטשלעכן לעבן, געפֿינט מען, סוף־כּל־סוף, אַ ריכטיקן וועג. אַבי מע זאָל נישט פֿאַרגעסן, אַז דער לעבנס־וועג גייט ווײַטער און פֿאָדערט אַלעמאָל נײַע באַשלוסן בײַ אונדזערע אינערלעכע „שופֿטים און שוטרים‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.