זיסי ווייצמאַן, „אַ פֿריילעכער רעגן‟; ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרויסגעלאָזט דורך דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, ישׂראל 2016.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט מען מיך פֿאַרבעטן זיך צו טרעפֿן מיט אַ גרופּע אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם אויף אוריאל ווײַנראַכס נאָמען. בעת דער טרעפֿונג האָט מיך אַ סטודענטקע, בפֿירוש אַ כינעזיש מיידל פֿון כינע, געפֿרעגט אויף ייִדיש, הלמאַי שטאַמען ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדישע שרײַבערס פֿון מאָלדאָווע?
באמת אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. כ’בין אָפּגעקומען מיט אַ וויץ, אַז געשען איז עס אַפּנים אַזוי, צוליב דעם פֿאַרשפּרייטן אָרטיקן בעסאַראַבער מאַכל — מאַמעליגע.
ווען כ’האָב מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער געלייענט דאָס ערשט־דערשינענע לידער־ביכל פֿון מײַן בן־עיר און חבֿר, זיסי ווייצמאַן, „פֿריילעכער רעגן‟, האָב איך זיך דערמאָנט אין יענער קשיא. דער ענטפֿער האָט געשטעקט אין צוויי שורות פֿון זײַן ליד „מאַמע־לשון‟:
אין טעג אין זוניקע און גרויע, ווי אַ מאָנטיק,
כ’האָב ייִדיש ניט געלערנט, נאָר דערמאָנט זיך.
זיסי איז עלטער פֿון מיר מיט עטלעכע יאָר, נאָר אויך געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה — אַ דור, וואָס האָט דעם פֿײַער פֿון חורבן געזען אין חלום, אָבער דעם ברי געפֿילט אויף דער וואָר דאָס גאַנצע לעבן. אונדזער קינדשאַפֿט איז געווען אײַנגעטונקען אין די דערמאָנונגען און איבערלעבענישן פֿון אונדזערע עלטערן.
דאָס דאָזיקע ליד האָב איך ערגעץ געהערט.
ס’קאָן זײַן, אַז נאָר אין קינדער־יאָרן
כ’האָב זי אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד
און פֿון דעמאָלט כ’בין גליקלעך געוואָרן.
ס’רובֿ ייִדישע קינדער פֿון יענער צײַט זײַנען געוואַקסן אין אַ טאָפּלטער ווירקלעכקייט: אין שול און אויף דעם ראַדיאָ האָט מען געהערט איין אמת, און אין דער היים — גאָר אַן אַנדערן. אַזאַ צעשפּאַלטנקייט האָט נישט זעלטן געבראַכט צו מענטשלעכע טראַגעדיעס. זיסי האָט געהאַט מזל — ער איז געוואַקסן אין אַ ייִדישער היים, אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, טיף נאַציאָנאַל מאָטיווירט, ווי מע זאָגט הײַנט. אָט די „נאַציאָנאַלע מאָטיווירטקייט‟, וואָס קומט בײַ אים אַרויס פֿון „מאַמעס צויבערפֿולער מעשׂה‟, און דעם „טאַטנס נגינה‟ — האָט אויסגעפֿורעמט זײַן אינדיווידועלע גאַנצקייט.
איך ברענג ווײַטער זיסיס קורצע ביאָגראַפֿישע פּרטים, דעם חוט־השדרה, אויף וועלכן עס האַלט זיך זײַן פּאָעטישע מאַטעריע.
זיסי ווייצמאַן, ווי געזאָגט, איז געבוירן געוואָרן אין מאָלדאָווע (דעמאָלט מאָלדאַוויע), אין דער שטאָט בעלץ, אין 1946. ער האָט זיך געלערנט אין מיליטערישער בוישול. אַ סך יאָר האָט ער געדינט ווי אַן אָפֿיצער אין דער סאָוועטישער אַרמיי. צום ערשטן מאָל זײַנען דערשינען זײַנע לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אין 1971. בשעתן דינען אויפֿן ווײַטן מיזרח, האָט ער פֿאַרבונדן נאָענטע באַציִונגען מיט דער רעדאַקציע „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אין יאָר 1986 האָט מען אים איבערגעפֿירט צו דינען אין דער שטאָט סאַמאַרע. דאָרט האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער נײַ־אויפֿגעקומענער ייִדישער באַוועגונג: רעדאַגירט די רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונג „תּרבות‟ און אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן אָפּטייל בײַ דער אָרטיקער ראַדיאָ־סטאַנציע „ראַדיאָ 7‟. אין 1992 איז אין סאַמאַרע דערשינען זײַן לידער־זאַמלונג „לחיים‟, איבערגעזעצט אויף רוסיש פֿון לעאָניד שקאָלניק. זינט 2007 וווינט זיסי ווייצמאַן אין באר־שבֿע, ישׂראל.
פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע זעען מיר, אַז די צוויי אמתן פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט האָבן זיך אין דעם בירגער זיסי ווייצמאַן צונויפֿגעשמאָלצן אויף אַ געלונגענעם אופֿן; פֿון איין זײַט, דער אָפֿיציעלער אמת האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ סאָוועטישן אָפֿיציר, וואָס האָט געטרײַ געדינט זײַן פֿאָטערלאַנד; און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער „שטילער אמת‟ פֿון זײַן היים, טאַטע־מאַמע און ייִדישער סבֿיבֿה, נישט געגעבן און נישט געלאָזט אים צו פֿאַרגעסן אויף אַ רגע, ווער ער איז און וואָס איז זײַן ייִחוס.
אייגנטלעך, איז די קינדשאַפֿט געוואָרן דער פֿעסטער יסוד, אויף וועלכן זיסי, ווי אַ ייִדישער פּאָעט, האָט אויפֿגעשטעלט זײַן שאַפֿערישן בנין. די קינדער־אײַנדרוקן זענען דער ציכטיקסטער קוואַל פֿאַר זײַנע געשטאַלטן און פּייסאַזשן. דעריבער איז זײַן פּאָעזיע אַזוי אָנגעזעטיקט מיט די טײַערסטע ייִדישע מינעראַלן.
אויב דו וועסט טענהן: קלײַב אויס פֿון פֿאַרשיידנס בלויז איינס,
וואָס ס’איז דיר טײַער און ליב אויף דער גאָרער ערד,
וועל איך דיר זאָגן: מײַן היים, מײַן שטעטעלע בעלץ,
וועמעס בעל־חובֿ אויף אייביק מיר זײַן ס’איז באַשערט…
זיסי נעמט אויף די וועלט מיט אַ קינדערשן התפּעלות, שפּילעוודיק און ליכטיק — אַזוי ווי זי האָט אויסגעזען פֿונעם הויף, וווּ ער איז געוואַקסן. ער איז געבליבן אַזאַ פֿאַנטאַזיאָר, אַ בעל־חלומות זײַן גאַנץ לעבן, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן פֿון זײַן מיליטערישער טאָג־טעגלעכקייט. אין זײַן שאַפֿונג מײַדט ער כּמעט אויס די „אַרמיייִשע ראָמאַנטיק‟, וואָס איז אַזוי פֿאַרשפּרייט און געשטיצט געוואָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. סײַדן די ווײַט־מיזרחדיקע נאַטור: „סאָסנעס און סאָפּקעס באַרויִקט זיך, שאַ!/ די קריִע גייט אויף סעלעמדזשאַ…‟ — דער ייִדישער „שאַ‟ גראַמט זיך מיט דעם נאָמען פֿונעם טײַך סעלעמדזשאַ, וואָס אַזוי האָט אים אָנגערופֿן די אָרטיקע באַפֿעלקערונג, עווענקי. ווי ס’וואָלט מסתּמא געזאָגט איציק מאַנגער: וואָס איז שולדיק דער פּאָעט, אַז דאָס „פּינטעלע ייִד‟ שפּרינגט אַרויס אין זײַן ליד.
און דאָך ווייסט דער ייִדישער אָפֿיציר און וואַגאַבונד, אַז זײַן ליבע צו די „ווײַטע מקומות‟ איז אַ צײַטווײַליקע: „עס איז שוין צײַט צעשיידן זיך, מײַן טײַגע,/ מײַן ווילדע חיה און מײַן לינדער פֿרײַנד‟. אין זײַן פּאָעטישן לעבן האָט זיסי נאָר איין גרויסע ליבע — זײַן בעסאַראַבער ייִדישע היים.
בעסאַראַבישקייט איז אַפּנים אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. זי גיט זיך איבער בירושה, טאַקע צוזאַמען מיט דער זוניקער מאַמעליגע און דעם טערפּקע גלאָז ווײַן, אין וועלכן עס האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן די דופֿטיקע אָסען־ריחות פֿון פֿעלדער, סעדער און סאַזשלקעס.
צײַט, ווען עס שורשען די רויטלעכע בלעטער,
ווען ס’הענגען די פֿרוכטן, ווי גאָלדענע בעכערס,
און זוניק און קיל איז דער זײַדענער וועטער,
און ס’לייגט זיך דער פֿריטוי אויף גראָז און אויף דעכער.
די בעסאַראַבער ייִדן, האָט מען געטענהט צווישן די ברידער־אַשכּנז, טיילן זיך נישט אויס מיט גרויס למדנות. יאָ, אונדזערע זיידעס און טאַטעס האָט מען דערקענט פֿון זייערע ברייטע אָנגעהאָרעוועטע נאַקנס און פֿאַרגרעבטע פּויערישע הענט. זייער שפּראַך האָט געשפּרודלט מיט פּשטות און זינגעוודיקע אָפֿענע וואָקאַלן; מיט טאַנצנדיקע סינקאָפּעס. זיי האָבן עס איבערגענומען בײַ זייערע שכנים־מאָלדאַוואַנער, אָדער ווי מ’האָט זיי גערופֿן, וואָלעכן, און אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דער שבותדיקער חלה און „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟.
מיר האָבן געלעבט אין אַן אַלטער גאַס,
וואָס איז געווען פֿון אַקאַציעס ווײַס.
ווי לײַכט עס האָט זיך דעמאָלט געשפּאַסט,
ווי פֿריילעך געווען איז דער זוניקער קרײַז!
….
די מאַמע הענגט אַרויס דאָס גרייט,
און עס פֿלאַקערט און קלאַפּט אויפֿן שטריק.
אַ זעגל צו ווערן דער לײַלעך איז גרייט.
ער טראָגט מײַן זכּרון צום אָנהייב צוריק.
און דאָס „טראָגן דעם זכּרון צום אָנהייב‟ איז דער שטאַרקסטער צוצי־כּוח פֿון זיסיס פּאָעטישער אָרביטע. ווי דאָס גורל־רעדעלע זאָל זיך נישט דרייען, געפֿינט דער פּאָעט אַ פֿאַרלאָזלעכן אָנשפּאַר אין זײַן „אָנהייב‟. דאָרט, אין דער קינדשאַפֿט, געפֿינט זיך זײַן פּאָעטישער און עטישער קאַמערטאָן. דאָרט „פֿעסט אויף דער ערד/ שטייט מיט וואָרצלען דער בוים‟; דאָרט „ווי פּאַפּשויען געפּראַזשעטע קנאַקן די קנאָספּן‟; דאָרט איז דער רעגן שטענדיק פֿריילעך…
די לעצטע יאָרן הערט זיך, צום באַדויערן, זייער זעלטן זיסי ווייצמאַנס צויבערער בעסאַראַבער לידער־געזאַנג. איך לייען מיט גרויס אינטערעס זײַנע אַרטיקלען אויף רוסיש, וווּ ער דערציילט דעם רוסיש־שפּראַכיקן ייִדישן עולם וועגן דעם גרויסן אוצר, וואָס די ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט. אַ שווער און וויכטיק שליחות. פֿון דעסטוועגן, האַלט איך אָנגעשפּיצט מײַנע אויערן און וואַרט פֿון זיסין נײַע לידער אויף ייִדיש, ווי עס קלינגט אין זײַן ליד „צום לייענער‟:
מע האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז די וואָרצלען
וועלן אַ שפּראָץ טאָן דאָרטן, וווּ מע וואַרט ניט…
וויפֿל באַשערט מיר איז אויסשפּאַנען וויאָרסטן,
וועט מיר ייִדיש די וועגן באַלײַכטן!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.