„כ׳האָב ייִדיש ניט געלערנט, נאָר דערמאָנט זיך‟

"I Never Learned Yiddish, Just Retrieved It"


פֿון באָריס סאַנדלער

Published September 09, 2016, issue of September 30, 2016.

זיסי ווייצמאַן, „אַ פֿריילעכער רעגן‟; ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרויסגעלאָזט דורך דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, ישׂראל 2016.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט מען מיך פֿאַרבעטן זיך צו טרעפֿן מיט אַ גרופּע אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם אויף אוריאל ווײַנראַכס נאָמען. בעת דער טרעפֿונג האָט מיך אַ סטודענטקע, בפֿירוש אַ כינעזיש מיידל פֿון כינע, געפֿרעגט אויף ייִדיש, הלמאַי שטאַמען ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדישע שרײַבערס פֿון מאָלדאָווע?

באמת אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. כ’בין אָפּגעקומען מיט אַ וויץ, אַז געשען איז עס אַפּנים אַזוי, צוליב דעם פֿאַרשפּרייטן אָרטיקן בעסאַראַבער מאַכל — מאַמעליגע.

ווען כ’האָב מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער געלייענט דאָס ערשט־דערשינענע לידער־ביכל פֿון מײַן בן־עיר און חבֿר, זיסי ווייצמאַן, „פֿריילעכער רעגן‟, האָב איך זיך דערמאָנט אין יענער קשיא. דער ענטפֿער האָט געשטעקט אין צוויי שורות פֿון זײַן ליד „מאַמע־לשון‟:

אין טעג אין זוניקע און גרויע, ווי אַ מאָנטיק,
כ’האָב ייִדיש ניט געלערנט, נאָר דערמאָנט זיך.

זיסי איז עלטער פֿון מיר מיט עטלעכע יאָר, נאָר אויך געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה — אַ דור, וואָס האָט דעם פֿײַער פֿון חורבן געזען אין חלום, אָבער דעם ברי געפֿילט אויף דער וואָר דאָס גאַנצע לעבן. אונדזער קינדשאַפֿט איז געווען אײַנגעטונקען אין די דערמאָנונגען און איבערלעבענישן פֿון אונדזערע עלטערן.

דאָס דאָזיקע ליד האָב איך ערגעץ געהערט.
ס’קאָן זײַן, אַז נאָר אין קינדער־יאָרן
כ’האָב זי אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד
און פֿון דעמאָלט כ’בין גליקלעך געוואָרן.

ס’רובֿ ייִדישע קינדער פֿון יענער צײַט זײַנען געוואַקסן אין אַ טאָפּלטער ווירקלעכקייט: אין שול און אויף דעם ראַדיאָ האָט מען געהערט איין אמת, און אין דער היים — גאָר אַן אַנדערן. אַזאַ צעשפּאַלטנקייט האָט נישט זעלטן געבראַכט צו מענטשלעכע טראַגעדיעס. זיסי האָט געהאַט מזל — ער איז געוואַקסן אין אַ ייִדישער היים, אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, טיף נאַציאָנאַל מאָטיווירט, ווי מע זאָגט הײַנט. אָט די „נאַציאָנאַלע מאָטיווירטקייט‟, וואָס קומט בײַ אים אַרויס פֿון „מאַמעס צויבערפֿולער מעשׂה‟, און דעם „טאַטנס נגינה‟ — האָט אויסגעפֿורעמט זײַן אינדיווידועלע גאַנצקייט.

איך ברענג ווײַטער זיסיס קורצע ביאָגראַפֿישע פּרטים, דעם חוט־השדרה, אויף וועלכן עס האַלט זיך זײַן פּאָעטישע מאַטעריע.

זיסי ווייצמאַן, ווי געזאָגט, איז געבוירן געוואָרן אין מאָלדאָווע (דעמאָלט מאָלדאַוויע), אין דער שטאָט בעלץ, אין 1946. ער האָט זיך געלערנט אין מיליטערישער בוישול. אַ סך יאָר האָט ער געדינט ווי אַן אָפֿיצער אין דער סאָוועטישער אַרמיי. צום ערשטן מאָל זײַנען דערשינען זײַנע לידער אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אין 1971. בשעתן דינען אויפֿן ווײַטן מיזרח, האָט ער פֿאַרבונדן נאָענטע באַציִונגען מיט דער רעדאַקציע „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אין יאָר 1986 האָט מען אים איבערגעפֿירט צו דינען אין דער שטאָט סאַמאַרע. דאָרט האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער נײַ־אויפֿגעקומענער ייִדישער באַוועגונג: רעדאַגירט די רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונג „תּרבות‟ און אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן אָפּטייל בײַ דער אָרטיקער ראַדיאָ־סטאַנציע „ראַדיאָ 7‟. אין 1992 איז אין סאַמאַרע דערשינען זײַן לידער־זאַמלונג „לחיים‟, איבערגעזעצט אויף רוסיש פֿון לעאָניד שקאָלניק. זינט 2007 וווינט זיסי ווייצמאַן אין באר־שבֿע, ישׂראל.