הײַנטיקע צײַטן לײענט מען ייִדישע ליטעראַטור קודם־כּל אין איבערזעצונגען. דאָס איז אַ פֿאַקט, װאָס איז שױן לאַנג פֿעסטגעשטעלט און אָנערקענט געװאָרן. איבערזעצונגען עפֿענען דעם אײנציקן װעג צו ייִדיש פֿאַרן קומעדיקן דור ייִדישיסטן, װאָס װעלן װײַטער שמידן די „גאָלדענע קײט‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס מײנט ניט, חלילה, אַז מען װעט אױפֿהערן צו לײענען, רעדן אָדער שרײַבן אױף ייִדיש. פֿאַרקערט, דװקא די איבערזעצונגען װעלן שאַפֿן דעם יסוד פֿאַרן המשך פֿון ייִדיש־קולטור.
און װײַטער הײבן זיך אָן כּלערלײ פֿראַגן און פּראָבלעמען. װאָס זאָל מען איבערזעצן? װער װעט די דאָזיקע איבערזעצונגען דרוקן, פֿאַרשפּרײטן, רעקלאַמירן און קריטיקירן? און װוּ נעמט מען דאָס געלט אױף דעם? אַנדערע „מלוכישע‟ שפּראַכן האָבן פֿאַרצװײַגטע נעצװערק פֿון אינסטיטוציעס, אַזעלכע װי צײַטשריפֿטן, פֿאַרלאַגן, פֿאָרשערישע אַנשטאַלטן, אַקאַדעמישע פּראָגראַמען. קלענערע און גרעסערע מלוכות, פֿון פֿראַנקרײַך ביז נאָרװעגיע, שטיצן איבערזעצונגען פֿון זײערע שפּראַכן דורך מלוכישע אַגענצן.
אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַ גאַנצער „המכון לתּרגום ספֿרות עבֿרית‟, װאָס זאָרגט זיך פֿאַר פֿאַרשפּרײטן די העבעיִשע ליטעראַטור אױף אַנדערע שפּראַכן. װוּ נעמט מען אַזוינע רעסורסן, סײַ מאַטעריעלע סײַ אָרגאַניזאַציאָנעלע, פֿאַר ייִדיש?
אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז די צײַטונג געװען די װיכטיקסטע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציע. דװקא די גרױסע ייִדישע צײַטונגען האָבן אונטערגעשטיצט די לעבעדיקע ייִדישע ליטעראַטור װי אַ גאַנצקײט, ניט געקוקט אױף זײערע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות. הײַנט צו טאָג איז די געדרוקטע פּרעסע אין קריזיס, און אױף איר אָרט קומט די אינטערנעץ. דיגיטאַלע פּובליקאַציעס האָבן אַן אײגענע ספּעציפֿיק, װאָס מען דאַרף נעמען אין באַטראַכט. היסטאָריש איז ייִדיש געװען זײער גוט מיט צופּאַסן זיך צו נײַע טעכנאָלאָגיעס. דער פֿרישסטער באַװײַז איז די גלענצנדיקע קאָלעקציע פֿון סקאַנירטע טעקסטן פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע, װאָס האָט געעפֿנט די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר ייִדיש־לײענער איבער דער גאַנצער װעלט. ניט װײניקער װיכטיק איז די אינטערנעץ פֿאַר שאַפֿן און פֿאַרשפּרײטן נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף אַנדערע שפּראַכן.
נײַע איבערזעצונגען באַװײַזן זיך סײַ אין ספּעציעלע ייִדישיסטישע אינטערנעץ־פּובליקאַציעס װי „אין געװעב‟, סײַ אױף אַלגעמײנע רעסורסן, װאָס זײַנען געװידמעט דער נײַער ליטעראַטור. צװישן זײ איז „װערטער אָן גרענעצן‟, װאָס איז באַצװעקט אױף פּראָמאָװירן הײַנטצײַטיקע װעלט־ליטעראַטור אין ענגלישע איבערזעצונגען: //www.wordswithoutborders.org/current-issue
אינעם לעצטן נומער געפֿונט מען אַ גאַנצן בלאָק, װאָס באַקענט דעם ענגלישן לײענער מיט דרײַ פֿירנדיקע ייִדישער שרײַבער פֿון בעסאַראַביע: יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער. חוץ דעם, איז אױך דאָ אַ ליד פֿון יעקבֿ גלאַטשטײן אין אַ נײַער איבערזעצונג.
אינעם רעדאַקטאָרישן אַרײַנפֿיר דערקלערט זכריה (סעבאַסטיאַן) שולמאַן דעם װיכטיקן חילוק צװישן דעם אַלטן און דעם נײַעם נוסח פֿון איבערזעצן פֿון ייִדיש: „אַ מאָל פֿלעגט מען איבערזעצן די ייִדישע ליטעראַטור אױף אַ נאָסטאַלגישן שטײגער, צעפֿירן זי מיט װאַסער, כּדי ניט צו באַלײדיקן דעם ‘אײדעלן’ ענגלישן לײענער. […] הײַנט איז געקומען דער מאָמענט פֿאַר איבערזעצונגען װאָס זאָלן איבערגעבן די גאַנצע קאָמפּליצירטקײט פֿונעם מקור צו דעם לײענער‟.
די צװײטע װיכטיקע פֿראַגע איז װאָס איבערצוזעצן. נאָכן חורבן האָט מען זיך גענומען, בפֿרט אין אַמעריקע, צו באַטראַכטן די ייִדישע ליטעראַטור װי אַ מין מצבֿה פֿאַרן אומגעקומענעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. די װערק, װאָס האָבן זיך ניט צוגעפּאַסט דעם דאָזיקן באַגריף האָט מען פּשוט ניט גענומען אין באַטראַכט. געאָגראַפֿיש האָט מען געשטעלט דעם טראָפּ אױף װילנע און װאַרשע, װי די צװײ װיכטיקסטע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור װאָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. דערפֿאַר איז בעסאַראַביע און אַנדערע „ראַנדן‟ פֿונעם מזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישלאַנד לאַנג פֿאַרבליבן אומבאַקאַנט דעם ענגלישן לײענער.
שולמאַנס אױסקלײַב שפּיגלט אָפּ די לעבעדיקײט און פֿילזײַטיקײט פֿונעם בעסאַראַבער צװײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די לאַקאָנישע קלאָרקײט און אַפֿאָריסטישע שפּאַנונג פֿון שרײַבמאַנס „מיניאַטורן‟, די אױפֿריכטיקײט און פּסיכאָלאָגישע שאַרפֿזיניקײט פֿון יענטע מאַשס אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונגען, און דער דרײסטער פּאָסט-מאָדערניסטישער שפּראַכלעכער עקספּערימענט פֿון באָריס סאַנדלערס „קײנעמסדאָרף‟ אַנטפּלעקן פֿאַרן ענגלישן לײענער גאָר אַ נײַעם מין ליטעראַטור.
דאָס זײַנען דרײַ פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע שטימען, און פֿאַר יעדן דאַרף מען אונטערזוכן אַ גלײַכװערטיקן ענגלישן קול. צוהילף קומט דאָ דװקא די באַהאַװנטקײט פֿון אָט די דרײַ מחרבים אין דער װעלט־ליטעראַטור. אַלע שרײַבן אױפֿן רײַכן בעסאַראַבער ייִדיש, אָבער זײ שפּילן זיך ניט מיטן שלום־עליכמישן באַגריף פֿון פֿאָלקס־ליטעראַטור. זײ שרײַבן פֿאַר אַן אינטעליגענטן לײענער, װאָס איז אָנגעלײענט אין אַנדערע ליטעראַטורן און אין בכּוח אָפּצושאַצן סטיליסטישע ניואַנסן.
אַזעלכע פּובליקאַציעס זײַנען ביז גאָר װיכטיק סײַ פֿאַר אַרײַנברענגען נײַע נעמען אינעם הײַנטיקן ליטעראַרישן אומגאַנג, סײַ פֿאַר פֿאַרברײטערן דעם רױם פֿון ייִדיש אינעם אַלגעמײנעם גערעם פֿון דער װעלט־ליטעראַטור. אָבער דאָס איז בלױז דער ערשטער שריט. נאָך דעם דאַרף מען אַרױסלאָזן נײַע ביכער, פּראָפֿעסיאָנעל איבערגעזעצט און גוט רעדאַגירט. דער בעסטער אופֿן פֿאַר דעם איז אױפֿצובױען אַ ייִדישע סעריע אין אַ בכּבֿודיקן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג. אַ גוטער אָנהײב איז די סעריע „ייִדישע טראַדיציעס אין ליטעראַטור, מוזיק און קונסט‟ בײַם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקוזער אוניװערסיטעט, אָבער דאָס איז צו באַשײדן פֿאַר אַן אַרומנעמיקער אונטערנעמונג.
אין רוסלאַנד האָט אַזאַ מין אַמביציעזע פּראָגראַם פֿון איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור שױן געבראַכט אַ סך פֿרוכטן: ראָמאַנען פֿון י. יִ. זינגער, שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, י. ראַבאָן, זאַמלונגען פֿון זלמן שניאור, לרובֿ אין נײַע איבערזעצונגען פֿון אַ הױכער קװאַליטעט. ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די נײַע איבערזעצונגען פֿון י. באַשעװיסעס ראָמאַנען פֿונעם אָריגינעלן ייִדיש. די ריזיקע חילוקים צװישן דעם ענגלישן און ייִדישן נוסח פֿון „שׂונאים‟ און „שאָשע‟ (אױף ייִדיש: „נשמה־עקספּעדיציעס‟) באַשטעטיקן שולמאַנס אָפּשאַצונג פֿון די אַלטע ענגלישע איבערזעצונגען װי „צעפֿירטע מיט װאַסער‟. דערצו דאַרף מען זאָגן, אַז די גאַנצע סעריע איז די איניציאַטיװ פֿונעם מאָסקװער „חב״ד‟. עס איז שױן געקומען די צײַט צו פֿאַראײניקן די איבערזעצערישע און פֿאָרשערישע כּוחות און נעמען זיך ערנסט צו מאַכן די ייִדישע ליטעראַטור צוטריטלעך פֿאַרן קומעדיקן דור לײענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.