אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿאָריקער פּרשה, וואָס פאָקוסירט זיך אויף דער יושרדיקער אויפֿפֿירונג פֿונעם מענטש און פֿאַרשיידענע איידעלע מוסר־ענינים, קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די הײַנטיקע סדרה איז די סאַמע „פּאָליטיש אומקאָרעקטע‟ אין דער גאַנצער תּורה.
ווען איר גייט אַרויס מלחמה צו האַלטן און, מיטן אייבערשטן הילף, זענט איר מנצח דעם שׂונא און טרעפֿט צווישן די געפֿאַנגענע אַ שיינע נישט־ייִדישע פֿרוי, אַ „יפֿת־תּואר‟, מעגט איר מיט איר חתונה האָבן. אויב זי געפֿעלט נאָך אַלץ דעם פֿאַרכאַפּער נאָך אַ חודש־לאַנגן אויספּרוּוו־פּראָצעס, מעג מען זי מגייר צו זײַן און שטעלן די חופּה.
דער רמב״ם האַלט, אַז נאָך איידער דער ייִדישער סאָלדאַט ברענגט די געפֿאַנגענע פֿרוי אַהיים, מעג ער מיט איר איין מאָל האָבן אַ סעקסועלן קאָנטאַקט — מיט אַנדערע ווערטער, מעג ער זי צו פֿאַרגוואַלדיקן. לויט די הײַנטצײַטיקע עטישע סטאַנדאַרטן, קלינגט אַזאַ מעשׂה ווי אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון אַ מלחמה־פֿאַרברעכן. ווײַטער, נאָך אַ גאַנצער ריי מיצוות, וואָס לייגן זיך אויפֿן שׂכל אָדער האָבן אַ מיסטישן טעם – למשל, דער פֿאַרווער צו טראָגן דעם שעטנז, דאָס געמיש פֿון וואָל און פֿלאַקס – שליסט זיך אונדזער סדרה מיט דער מיצווה אויסצוהרגענען די עמלקים. אויב מע נעמט עס אָן בוכשטעבלעך, מיינט עס, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויס גענעטיש פֿאָלק, וואָס פֿאַרדינט פֿאַרניכטעט צו ווערן. איבעריק צו זאָגן, אַז אַזאַ מיצווה קלינגט נאָך ערגער פֿון „יפֿת־תּואר‟, ווי אַ בפֿירושער רוף צום גענאָציד.
דער געוויינטלעכער תּירוץ אויף דער צווייפֿלהאַפֿטיקער נאַטור פֿון די דערמאָנטער מיצוות באַשטייט אין דעם, וואָס אין דער הײַנטיקער וועלט איז שוין לאַנג נישטאָ אַזאַ פֿאָלק, ווי עמלק, און אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן מער נישט זײַן מלחמות און ממילא וועט זיך נישט שאַפֿן די דערמאָנטע סיטואַציע מיט אַ פֿאַרכאַפּטער פֿרעמדער פֿרוי.
פֿונדעסטוועגן, פֿרעגט זיך אַ קשיא: אויב אַפֿילו הײַנט זענען די דערמאָנטע מיצוות נישט אַקטועל אינעם בוכשטעבלעכן זין, פֿאַרוואָס האָט די תּורה זיי אָנגעזאָגט בכלל? צי האָט מען טאַקע געמעגט על־פּי תּורה מיט 3,000 יאָר צוריק פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען בשעת מלחמה און אויסהרגענען אַ גאַנץ פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט פֿרויען און קינדער?
וואָס שייך עמלק, באַמערקן אַ ריי באַקאַנטע רבנים, אַרײַנגערעכנט רבי יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟, אין זײַן קאָמענטאַר צום רמב״מס הויפּט־ווערק „יד החזקה‟, אַז אַן עמלקי, וואָס היט די מיצוות פֿון בני־נח, ווערט אַ גוטער מענטש; אַדרבה, ייִדן מוזן באַזאָרגן זײַנע באַדערפֿענישן און האָבן פֿאַר אים דרך־ארץ. עס באַקומט זיך, אַז עמלק איז גיכער אַ קולטורעלע, און נישט אַן עטנישע אָדער ראַסע־קאַטעגאָריע.
דער קלאַסישער ענטפֿער וועגן דער „יפֿת־תּואר‟ איז, אַז הגם דער אייבערשטער איז מוחל, ווען אַ מיליטער־מאַן פֿאַרכאַפּט אַ פֿרוי בשעת מלחמה, זאָל מען עס למעשׂה נישט טאָן. דערצו, באַטאָנען אַ ריי ראשונים, להיפּוך צו דער דערמאָנטער שיטה פֿונעם רמב״ם, אַז ערשט נאָך דער חתונה מעג דער פֿאַרכאַפּער זי אָנרירן. אויב זי וויל מיט אים נישט חתונה האָבן, מוז ער זי לאָזן צו רו. געוויסע רבנים פֿאָקוסירן זיך אויפֿן פּשט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, ווי אַ בײַשפּיל פֿונעם איבערראַציאָנעלן כאַראַקטער פֿון דער תּורה. כּדי מקיים צו זײַן דעם אייבערשטנס ווילן, מוז מען, לויט זייער מיינונג, אָפּלאָזן די וועלטלעכע ווערטן פֿון טאָלעראַנץ און מאָראַלישקייט. אַזאַ געדאַנקען־גאַנג איז אָבער זייער סכּנותדיק.
די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די אינערלעכע „שופֿטים‟ און „שוטרים‟, וואָס יעדער מענטש מוז אויפֿשטעלן אין זײַן נשמה, כּדי זיך אָפּצוהיטן פֿונעם יצר־הרע. אויב מע לעבט נישט־טראַכטנדיק לויט מעכאַנישע כּללים, קאָן מען גרינג עפֿענען די טירן פֿאַר די ערגסטע סאָרטן תּירוצים, וואָס דערמעגלעכן „אָפּצוכּשרן‟ כּלערליי צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים. ווען ישיבֿה־בחורים פֿאַנטאַזירן, אַז אין משיחס צײַטן וועלן זיי אַרויסגיין מיט אַ שווערד, כּדי אויסצוהרגענען די עמלקים און אויסצוקלײַבן שיינע פֿרויען אויפֿן שלאַכטפֿעלד, קאָנען אַזעלכע פֿאַנטאַזיעס צופֿירן, נעבעך, צו אַ גראָבן און פֿאַרקרומטן וועלט־באַנעם.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן קען זאָגן, אַז אונדזער פּרשה דעמאָנסטרירט אויפֿן בולטסטן אופֿן, אַז כּדי צו פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן די הייליקע תּורה, מוז מען זיך קאָנצענטרירן אויף איר אינערלעכן רוחניותדיקן תּוכן. אַן עטיש־סענסיטיווער מענטש, וואָס גלייבט, אַז יעדעס וואָרט אין דער פּרשה קומט פֿונעם באַשעפֿער, מוז מאַכן דעם אויספֿיר, אַז הינטער דעם פּשוטן פּשט מוז ליגן אַ טיפֿערער באַדײַט. דווקא ווען מע פֿאַרטראַכט זיך וועגן אַזעלכע פּראָבלעמאַטישע ענינים, קאָן מען באַזונדערס שטאַרק אָפּשאַצן די טיפֿקייט פֿונעם פּנימיות־התּורה.
אין דער אמתן, וואָס שייך דעם פּשט, איז פֿאַר אונדז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע פֿלעגט פֿירן מלחמות אין די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן. אַפֿילו דער רמב״ם און אַנדערע ראשונים האָבן געלעבט אין אַ תּקופֿה, ווען מע האָט געקאָנט בלויז טעאָרעטיזירן וועגן דעם. דער טיפֿערער באַדײַט פֿון דער תּורה בלײַבט אָבער פֿאַר אונדז גוט פֿאַרשטענדלעך.
ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, גיט אונדז די תּורה וויכטיקע עצות וועגן אונדזער אינערלעך געראַנגל מיטן יצר־הרע. צומאָל, כּדי פּטור צו ווערן פֿון אַ געוויסער תּאווה, וואָס שטערט אונדזער עבֿודת־השם, קאָן מען זי דווקא אויסנוצן לשם־שמים. נישט אַלעמאָל דאַרף מען זיך דערווײַטערן פֿון די פֿרעמדע צוציִעוודיקע ענינים אין דער אַרומיקער וועלט, אויב אַפֿילו מיר באַטראַכטן זיי, געוויינטלעך, ווי אַ „שׂונא‟.
ווי אַ פּשוטן בײַשפּיל, קאָן מען זיך דערמאָנען דעם קאַמף קעגן טעלעוויזיע און קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, וואָס גייט נאָך אַלץ אָן אין די חרדישע קהילות. להיפּוך צו געוויסע חסידישע גרופּעס, באַנוצן זיך אָפֿט די ליובאַוויטשער און בראַצלעווער חסידים מיט די מאָדערנע קאָמוניקאַציע־טעכנאָלאָגיעס. צומאָל קאָן מען „צוגנבֿענען‟ אַ פֿרעדמע זאַך און זי „משדך זײַן‟ מיט אונדזער תּורה־לערנען. אַחוץ אַזעלכע פּשוטע בײַשפּילן, דערקלערן די חסידישע צדיקים, אַז אַפֿילו אָן דרויסנדיקע השפּעות גייט אין אונדזער נשמה אָן אַן אינערלעכע מלחמה. די פֿאָריקע פּרשה זאָגט אונדז אָן זיך אַלעמאָל אָפּצוגעבן דין־וחשבון און דינען ווי „שופֿטים‟ און „שוטרים‟ פֿאַר זיך אַליין. להיפּוך, גיט די הײַנטיקע סדרה צו וויסן, אַז עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען ס׳איז כּדאַי אַרײַנצולאָזן אין אונדזער אינערלעכער וועלט אַ פֿרעמדן געדאַנק, כּדי צו געפֿינען דערין אַ באַהאַלטן פֿינקל פֿון קדושה. אונדזער לעבנס־געראַנגל פֿאָדערט צומאָל היפּוכדיקע סטראַטעגיעס.
אויף אַן ענלעכן אופֿן דערקלערן די מקובלים און חסידישע רביים די מלחמה מיט עמלק. עס טרעפֿן זיך אין אונדזער לעבן אַזעלכע מחשבֿות און דרויסנדיקע השפּעות, וואָס לאָזן זיך נישט אויסגענוצט ווערן לשם־שמים. כּדי זיי זאָלן אונדז נישט פֿאַרפֿירן, מוז מען זיי פֿון אָנהייב אָן אינגאַנצן „אויסהאַקן‟. ווי געזאָגט, באַטאָנט דער רמב״ם, אַז עמלק קאָן אויך תּשובֿה טאָן. געוויסע סכּנותדיקע און שעדלעכע ענינים פֿאָדערן אָבער אַ גרויס משיחיש התלהבֿות, כּדי זיך צו געבן אַן עצה, ווי אַזוי זיי קאָנען קומען אויך צו נוץ אין אונדזער עבֿודת־השם.
אַזוי צי אַזוי, העלפֿן דווקא אַזעלכע „גראָבע‟ מיצוות, ווי מחית־עמלק, אָפּצושאַצן ווי געהעריק די טיפֿקייט פֿון דער תּורה. אין אַזעלכע פֿאַלן קלינגט די חכמה פֿון קבלה און חסידות באַזונדערס דערהויבן און באַלויכטנדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.