די הײַנטיקע און די פֿאָריקע פּרשה האָבן אינגאַנצן היפּוכדיקע נעמען. די פֿאָריקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „כּי תצא‟ — ווען איר גייט אַרויס. די איצטיקע סדרה הייסט „כּי תבֿוא‟ — ווען איר קומט אַרײַן.
דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן מיר געלייענט וועגן אַן אומגעוויינטלעכער טעאָרעטישער סיטואַציע. אין דער ייִדישער וועלט ווערן די געמישטע חתונות אָפֿט באַטראַכט ווי די ערגסטע זאַך אין דער וועלט און אַפֿילו צומאָל פֿאַרגליכן מיטן חורבן. פֿונדעסטוועגן, שטייט געשריבן אין דער פּרשה „כּי תצא‟, אַז ווען ייִדן זענען אַרײַנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָבן זיי געמעגט אויסקלײַבן בעת דער מלחמה אַ שיינע נישט־ייִדישע פֿרוי, אַ „יפֿת־תּואר‟. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז די תּורה איז מרמז דערמיט, אַז די פֿינקלען פֿון געטלעכקייט שטעקן איבעראַל אַרום דער וועלט און קאָנען געפֿונען ווערן אין אומגעריכטע ערטער.
די הײַנטיקע פֿרומע וועלט, אַרײַנגערעכנט די חסידים, איז פּאָלאַריזירט. אין אַזעלכע קהילות, ווי סאַטמאַר אָדער ניו־סקווער, מאַכט מען שידוכים בלויז צווישן די אייגענע ייִדן. אויב עמעצער האָט געהאַט אַ נישט־ייִדישן עטלער-זיידן, מאַכט מען אָפֿט אין די דאָזיקע קרײַזן אַ שווײַג; מע פֿאַרשטעלט פֿאַר גרויסע יחסנים, וואָס האָבן זינט משה רבינוס צײַטן געהיט ווי געהעריק די טהרת־המשפּחה און זיך געהאַלטן אָפּגעריסן פֿון דער נישט־ייִדישער וועלט. להיפּוך, זענען די הײַנטיקע ליובאַוויטשער שילן פֿול מיט בעל־תּשובֿות, וואָס שטאַמען פֿון נישט־ייִדישע טאַטעס און גרים; גאַנץ אָפֿט באַקומט זיך, אַז דווקא אַזעלכע מתפּללים ווערן די פֿרימסטע און לערנען די תּורה מער און בעסער, ווי די מיוחסדיקע „היימישע‟. עס טרעפֿט זיך גענוג אָפֿט, אַז ווען אַ ווײַב פֿון אַ ייִדישן מאַן איז זיך מגייר, ווערט זי דער עיקר־קוואַל פֿון תּורה־ומיצוות אין שטוב. אין דער הײַנטיקער וועלט, קומען אַ סך בעל־תּשובֿות נאָכן „שלאַכטפֿעלד‟ פֿונעם וועלטלעכן נע־ונד מיט זייער געראָטענע „יפֿת־תּוארס‟, הגם פֿון דער „היימישער‟ פּערספּעקטיוו קאָנען אַזעלכע ייִדישע משפּחות אויסזען אומפֿאַרשטענדלעך און עקסצענטריש.
אין אַ געוויסן זין, איז „כּי־תבֿוא‟ אַ המשך פֿון דער פֿאָריקער פּרשה. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון ביכּורים. ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגן ייִדן ברענגען אַהין די ערשטע פּירות פֿונעם גערעטעניש. ווען איר וועט קומען אינעם ירושה־לאַנד, האָט דער באשעפֿער אָנגעזאָגט, דאַרפֿט איר באַלד מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה.
לויטן באַקאַנטן מדרש, איז די גאַנצע וועלט באַשאַפֿן געוואָרן צוליב די ביכּורים, מעשׂרות און חלה. וואָס שייך דעם מעשׂר, איז דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל גרינג צו פֿאַרשטיין. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג האָט באַטאָנט, אַז די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז דורכגעזאַפּט מיט די אומיושרדיקע מדות פֿון סדום. ווי באַקאַנט, איז אין דער דאָזיקער לעגענדאַרער שטאָט געווען שטרענג פֿאַרבאָטן צו העלפֿן די אָרעמע־לײַט. הײַנט זענען אין אַלע ציוויליזירטע לענדער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינסטאַנצן און פּריוואַטע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַזאָרגן די אָרעמע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג כאָטש מיט אַ מינימום, וואָס דערמעגלעכט אויסצולעבן. הגם דער גײַסט פֿון דער תּנ״כישער רישעותדיקער שטאָט בלײַבט טאַקע ברייט פֿאַרשפּרייט, האַלט די וועלט אָן די ווערטן פֿון צדקה און חסד.
די חלה איז אויך אַ פֿאַרשטענדלעכער סימבאָל פֿון משפּחה־לעבן. אָן קינדער וואָלט די גאַנצע מענטשהייט, פֿאַרשטייט זיך, בטל געוואָרן. וואָס פֿאַר אַ רמז רעפּרעזענטירט אָבער די מיצווה פֿון ביכּורים? אין אונדזער פּרשה ווערן די ערשטע פּירות פֿונעם גערעטעניש אָנגערופֿן „ראשית כּל פּרי האדמה‟. דאָס וואָרט „ראשית‟ טרעפֿט זיך אינעם חומש גאָר זעלטן און איז מרמז אויפֿן וועלט־באַשאַף; ווי ס׳איז באַקאַנט, הייבט זיך די גאַנצע תּורה אָן מיטן וואָרט „בראשית‟. אין יעדן דרש פֿון די חז״ל, וואָס פֿאַרלאָזט זיך, אויפֿן ערשטן בליק, אויף ווערטער־שפּילן מיט לינגוויסטישע פּרטים, שטעקט אָבער אַ טיפֿערער זין. די עצם־קאָנצעפּציע פֿון די ביכּורים מוז מרמז זײַן אויף עפּעס אַ וויכטיקן ענין, אָן וועלכן דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן וואָלט געווען אוממעגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.