ווײַסע סופּרעמאַטיע אין דער הײַנטיקער אַמעריקע

White Supremacy in Present Day America


פֿון עדי מהלאל

Published September 30, 2016, issue of October 26, 2016.

איין בולטע דערשײַנונג, וואָס איז געקומען מיטן אויפֿשטײַג פֿון דאָנאַלד טראַמפּ ווי אַ פּרעזידענט־קאַנדידאַט, איז דער גלײַכצײַטיקער אויפֿשטײַג פֿון די אַזוי גערופֿענע „ווײַסע סופּרעמאַטיע‟ גרופּעס.

די ווײַסע נאַציאָנאַלע גרופּעס אַין אַמעריקע, האָבן קיינמאָל נישט אָנגענומען דעם שוואַרצן פּרעזידענט אַבאַמאַ ווי אַ לעגיטימער פֿירער. זיי האָבן אין משך פֿון זײַנע יאָרן אינעם ווײַסן הויז שטענדיק פּראַפּאַגאַנדירט בײַ דעם ווײַסן אַרבעטער־קלאַס — וואָס לײַדט דורכויס פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס (וואָס ער אַליין האָט נישט געשאַפֿן) — אַז אַלע זײַנע צרות שטאַמען פֿון ראַסיסטישע סיבות און נישט עקאָנאָמישע.

טראַמפּ, אַ פּאָפּוליסט אַין אַלע רמ”ח אַבֿרים, רײַט איצטער אויף אָט דער רעאַקציאָנערער כוואַליע, און ער טוט אַלץ מעגלעך נישט אָפּצופֿרעמדן די ווײַסע נאַציאָנאַליסטן פֿון זײַן פּאָליטישן לאַגער. עס הייבט זיך אָן מיט זײַן נײַעם עצה־געבער, סטעפֿען באַנאָן, וואָס איז ציטירט געוואָרן זאָגנדיק אַז ער וויל נישט, אַז זײַנע קינדער זאָלן גיין אין שול מיט ייִדן, אַנישט וועלן זײַנע קינדער אויסוואַקסן ווי „פּישטשענדיקע ייִדישע מפֿונקים‟. די פּראָגראַם „דעמאָקראַטיע איצט‟ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן האָבן לעצטנס געגעבן אַ באַריכט וועגן באַנאָנס נאָענטע באַציִונגען מיט די ווײַסע נאַציאָנאַליסטן און דער אַזוי גערופֿענער „אַלט רעכטס‟ אידעאָלאָגיע.

די „אַלט רעכטס‟ (Alt Right) איז אַן עקסטרעם רעכטע אידעאָלאָגיע, וואָס זעט זיך ווי אַן אַלטערנאַטיווע צום אַמעריקאַנער קאָנסערוואַטיזם. זי שטעלט זיך שטאַרק קעגן אימיגראַציע, זי איז אַנטי־מוסולמעניש, אַנטי־גלאָבאַליזירונג, און איז אין תּוך אַ ווײַסע ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע. דאָס וואָס פֿאַרבינדט צום מערסטנס אירע כּלערליי פֿראַקציעס איז זייער שטיצע פֿאַר טראַמפּ. אַ טייל פֿון די פֿראַקציעס זענען בפֿירוש אַנטיסעמיטיש, און אַ טייל — נישט. דזשאַרעד טיילאָר, למשל, אַן אינטעלעקטועל פֿון „אַלט רעכטס‟, זאָגט אַז „זיי [די ייִדן] זעען אויס ווי ווײַסע אין מײַנע אויגן‟.

נאָך אַ משל פֿון טראַמפּס אָפּאָרטוניזם איז געשען בשעת אַן אַינטערוויו בײַם „סי־ען־ען‟, וווּ דער אינטערוויויִרער האָט אים געפֿרעגט וועגן דער שטיצע וואָס ער האָט באַקומען פֿון דייוויד דיוק. „איך קען אים נישט,‟ האָט טראַמפּ זיך אײַנגעשפּאַרט, און ער איז נישט געווען גרייט אים צו פֿאַרדאַמען און זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן שטיצע. דער פֿאַקט אַז טראַמפּ האָט געזאָגט אַ ליגן איז איין זאַך, און עס זענען געונג דערווײַזונגען דאָס צו באַשטעטיקן. אָבער נישט ווייניקער וויכטיק איז צו באַשטעטיקן ווער איז דער דאָזיקער דיוק, אַון פֿאַר וואָס שטיצט ער טראַמפּן בכלל?