אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז די געשיכטע פֿון דער לענינגראַדער בלאָקאַדע בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה געװען אײנע פֿון די מוסטער־מעשׂיות פֿונעם סאָװעטישן פּאַטריאָטיזם און װידערשטאַנד.
מען שאַצט אָפּ, אַז אַ מיליאָן מענטשן זײַנען אומגעקומען אין דער שטאָט אין משח פֿון כּמעט דרײַ יאָר פֿון דער בלאָקאַדע צװישן 1941 און 1944. דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער נוסח פֿון דער בלאָקאַדע־געשיכטע האָט באַטאָנט דעם גלױבן אינעם סאָװעטישן נצחון, װאָס האָט אונטערגעשטיצט דעם גײַסט פֿון די אויסגעהונגערטע און פֿאַרפֿרױרענע לענינגראַדער. די אָפֿיציעלע ליטעראַרישע װערק האָבן באַזונגען די גבֿורה און שטאַנדהאַפֿטיקײט פֿון די תּושבֿים פֿון דער אַמאָליקער רוסישער הױפּטשטאָט, װאָס האָבן פֿאַרטײדיקט זײער שטאָט קעגן דעם נאַצי־שׂונא, אָפֿט מאָל צאָלנדיק דערפֿאַר מיטן לעבן.
אָפּגעריסן פֿונעם סאָװעטישן הױפּטלאַנד, איז לענינגראַד פֿאַרבליבן אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה, אָבער פֿאַר די תּושבֿים איז די שטאָט געװאָרן אַ מין װינקל אינעם פֿינצטערן גיהנום. ערשט איצט, מיט 75 יאָר שפּעטער, באַקומט מען אַ קלאָרערן בילד פֿונעם אינעװײניקן גײַסטלעכן צושטאַנד פֿון דער שטאָט. אײניקע ליטעראַרישע גבֿית־עדותן װערן אַנטדעקט יאָרן נאָכן טױט פֿון זײערע מחברים.
אַ קלײנע צװײ־שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע „געשריבן אין חושך‟, צונױפֿגעשטעלט דורך פּראָפֿעסאָר פּאָלינאַ באַרסקאָװאַ פֿון העמפּשיר־קאָלעדזש, איז כּולל לידער פֿון פֿינף פּאָעטן אױס בלאָקאַדנער לענינגראַד: גענאַדי (גדליה) גאָר, דמיטרי מאַקסימאָװ, סערגײ רודאַקאָװ, װלאַדימיר סטערליגאָװ און פּאַװעל זאַלצמאַן. זײער דיכטונג פֿאַרפֿיקסירט מיט ברוטאַלער פּינקטלעכקײט דעם פּײַנלעכן פּראָצעס פֿונעם אַלגעמײנעם צעפֿאַל פֿון מענטשן און דער שטאָט. זײ שעפּן זײערע פּאָעטישע אױסדריק־מיטלען פֿון דעם אַבסורדיזם פֿון דער דיכטערישער שיטה „אָבעריִו‟, װאָס האָט געבליט אונטערערדיש אין לענינגראַד אין די 1930ער יאָרן. באַרסקאָװאַ דערקלערט: „דער ברוטאַלער פֿאַקט פֿון דער בלאָקאַדנער טאָג־טעגקעכקײט װערט מעטאַפֿאָריש פֿאַרברײטערט אין דעם עקזיסטענציאָנעלן מצבֿ: דער סוביעקט פֿון דער דאָזיקער קאַטאַסטראָפֿע קאָן זײַן נאָר אין שטיקלעך. און דער דאָזיקער פֿאַרװוּנדיקטער יחיד פּראָדוצירט אַ פֿאַרװוּנדיקטע, ניט–אַדעקװאַטע רײד.‟ אַזױ אַרום באַקומט די טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג פֿון דער בלאָקאַדע איר פּאָעטישע אָפּשפּיגלונג אין דער שױדערלעכער צעברעקלטקײט פֿון די אימאַזשן און פֿון דער שפּראַך גופֿא.
אײנער פֿון די סאַמע געהײמניספֿולע דיכטער אינעם זאַמלבוך איז גענאַדי גאָר. אין זײַן יוגנט איז גאָר געװען נאָענט צום ציוניזם, און נאָך דער מלחמה איז ער באַקאַנט געװאָרן װי אַ שרײַבער פֿון װיסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק. ערשט נאָך זײַן טױט אין 1981 האָט זײַן אײניקל אַנטדעקט אַ פֿאַרגעלט העפֿטל מיט לידער, װאָס האָבן געקלונגען גאַנץ װילד פֿאַר אַלע, װאָס האָבן געקענט גאָר בײַם לעבן.
גאָרס לידער שילדערן דעם טױט און צעפֿאַל מיט קאַלטער און געלאַסענער אָפּגעפֿרעמדקײט. די גופֿים פֿון זײַנע טױטע קרובֿים און באַקאַנטע װערן אַ געװײנטלעכער טײל פֿון דער װאָכעדיקער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט. װאַרטנדיק אױף זײַן אײגענעם טױט, װאָס װעט אים נעמען צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, פֿאַרלירט דער דיכטער בהדרגה זײַן מענטשלעכן דמות: „איך בין אַ שטומער. איך בין שױן אַ גאָרנישט און איך לױף צו גאָרנישט. איך בין שױן קײנער און איך אײַל זיך צו קײנעם‟. אַבסורדישקײט און סוררעאַליזם, װאָס אין אַנדערע אומשטאַנדן זײַנען געװען אַ מין קינסטלערישע שפּראַך־שפּיל, זײַנען דאָ דער אײנציקער אַדעקװאַטער קינסטלערישער מכשיר פֿאַר שילדערן די שרעקלעכע טאָג־טעגלעכע װירקלעכקײט.
אַ פֿאַרגלײַכיקע שטודיע פֿון דער לענינגראַדער בלאָקאַדע־ליטעראַטור און די ייִדישע געטאָ־כּתבֿים װאָלט אַנטפּלעקט װיכטיקע פּאַראַלעלן. אײניקע געשטאַלטן אין די לענינגראַדער לידער זײַנען ענלעך צו די חלומות, װאָס רחל אױערבאַך האָט פּרטימדיק פֿאַרפֿיקסירט אין אירע געטאָ־טאָגביכער. דעם 11טן יוני 1942 האָט זי פֿאַרשריבן: „מיר האָט זיך געחלומט, אַז װידער אַ מאָל איז געשטאָרבן מײַן פֿאָטער, און מען האָט אים װידער אַ מאָל געבראַכט צו קבֿורה.‟ דער דאָזיקער חלום מאַטערט זי אױס, װײַל „טאָג אײַן, טאָג אױס שטאַרבט מײַן פֿאָטער פֿון דאָס נײַ‟. אױערבאַך האַלט חלומות פֿאַרן „שאַרפֿן און טרעפֿלעכן כּלי‟ פֿאַר פֿאַרכאַפּן דעם עצם פֿון דער קאָשמאַרישער װירקלעכקײט. עס איז מעגלעך אַז אױערבאַכס פּײַנלעכע אױסטײַטשונגען פֿון אירע חלומות אין װאַרשעװער געטאָ מעגן דינען װי אַ שליסל צו דער קאָשמאַרנער אַבסורדישער לאָגיק פֿון דער לענינגראַדער בלאָקאַדע־דיכטונג.
דער ליטעראַטור־פֿאָרשער איליאַ קוקולין פֿאַרסך־הכּלט אין זײַן נאָכװאָרט דעם קולטורעלן באַטײַט פֿון די לידער אין „געשריבן אין חושך‟: „די מחברים אינעם דאָזיקן באַנד האָבן געשאַפֿן, אין די אוממענטשלעכע באַדינגונגען, אַ נײַע עסטעטיק פֿאַרן פֿאָרשטעלן די ענדלאָזיקע יסורים סײַ פֿונעם קאָלעקטיװן גוף סײַ פֿון יחידישע גופֿים‟. אין זײערע װערק האָבן זײ בגװאַלד איבערגעאַנדערשט דעם סאַמע עצם פֿונעם טראַדיציאָנעלן אײראָפּעיִשן הומאַניזם. עס איז מערקװירדיק, אַז ערשט איצט הײבט מען אָן משׂיג צו זײַן דאָס טיפֿעניש פֿון דער דאָזיקער קולטורעלער טראַנספֿאָרמאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.