אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז די געשיכטע פֿון דער לענינגראַדער בלאָקאַדע בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה געװען אײנע פֿון די מוסטער־מעשׂיות פֿונעם סאָװעטישן פּאַטריאָטיזם און װידערשטאַנד.
מען שאַצט אָפּ, אַז אַ מיליאָן מענטשן זײַנען אומגעקומען אין דער שטאָט אין משח פֿון כּמעט דרײַ יאָר פֿון דער בלאָקאַדע צװישן 1941 און 1944. דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער נוסח פֿון דער בלאָקאַדע־געשיכטע האָט באַטאָנט דעם גלױבן אינעם סאָװעטישן נצחון, װאָס האָט אונטערגעשטיצט דעם גײַסט פֿון די אויסגעהונגערטע און פֿאַרפֿרױרענע לענינגראַדער. די אָפֿיציעלע ליטעראַרישע װערק האָבן באַזונגען די גבֿורה און שטאַנדהאַפֿטיקײט פֿון די תּושבֿים פֿון דער אַמאָליקער רוסישער הױפּטשטאָט, װאָס האָבן פֿאַרטײדיקט זײער שטאָט קעגן דעם נאַצי־שׂונא, אָפֿט מאָל צאָלנדיק דערפֿאַר מיטן לעבן.
אָפּגעריסן פֿונעם סאָװעטישן הױפּטלאַנד, איז לענינגראַד פֿאַרבליבן אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה, אָבער פֿאַר די תּושבֿים איז די שטאָט געװאָרן אַ מין װינקל אינעם פֿינצטערן גיהנום. ערשט איצט, מיט 75 יאָר שפּעטער, באַקומט מען אַ קלאָרערן בילד פֿונעם אינעװײניקן גײַסטלעכן צושטאַנד פֿון דער שטאָט. אײניקע ליטעראַרישע גבֿית־עדותן װערן אַנטדעקט יאָרן נאָכן טױט פֿון זײערע מחברים.
אַ קלײנע צװײ־שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע „געשריבן אין חושך‟, צונױפֿגעשטעלט דורך פּראָפֿעסאָר פּאָלינאַ באַרסקאָװאַ פֿון העמפּשיר־קאָלעדזש, איז כּולל לידער פֿון פֿינף פּאָעטן אױס בלאָקאַדנער לענינגראַד: גענאַדי (גדליה) גאָר, דמיטרי מאַקסימאָװ, סערגײ רודאַקאָװ, װלאַדימיר סטערליגאָװ און פּאַװעל זאַלצמאַן. זײער דיכטונג פֿאַרפֿיקסירט מיט ברוטאַלער פּינקטלעכקײט דעם פּײַנלעכן פּראָצעס פֿונעם אַלגעמײנעם צעפֿאַל פֿון מענטשן און דער שטאָט. זײ שעפּן זײערע פּאָעטישע אױסדריק־מיטלען פֿון דעם אַבסורדיזם פֿון דער דיכטערישער שיטה „אָבעריִו‟, װאָס האָט געבליט אונטערערדיש אין לענינגראַד אין די 1930ער יאָרן. באַרסקאָװאַ דערקלערט: „דער ברוטאַלער פֿאַקט פֿון דער בלאָקאַדנער טאָג־טעגקעכקײט װערט מעטאַפֿאָריש פֿאַרברײטערט אין דעם עקזיסטענציאָנעלן מצבֿ: דער סוביעקט פֿון דער דאָזיקער קאַטאַסטראָפֿע קאָן זײַן נאָר אין שטיקלעך. און דער דאָזיקער פֿאַרװוּנדיקטער יחיד פּראָדוצירט אַ פֿאַרװוּנדיקטע, ניט–אַדעקװאַטע רײד.‟ אַזױ אַרום באַקומט די טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג פֿון דער בלאָקאַדע איר פּאָעטישע אָפּשפּיגלונג אין דער שױדערלעכער צעברעקלטקײט פֿון די אימאַזשן און פֿון דער שפּראַך גופֿא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.