(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אויב אַ מאָל איז פֿאַראַן אַ ספֿק, צי דער הויכפּונקט געפֿינט זיך טאַקע אויפֿן נידעריקסטן טאָן, קאָן מען עס באַווײַזן דווקא דורכן היפּוך, ס’הייסט פּרוּוון עס אַרויסרעדן אויפֿן העכסטן טאָן פֿון זאַץ און זען וואָס איז דער רעזולטאַט.
בקיצור, מיר מוזן אַנטוויקלען אַ מוזיקאַלישע סענסיטיווקייט, אויב מיר ווילן טאַקע אַרײַנדרינגען אינעם סוד פֿון דער ייִדישער אינטאָנאַציע אָדער שפּראַך-ניגון. מיר שטײען דאָ פֿאַר אַ פֿאַנטאַסטישער דערשײַנונג, װי אַזױ די ייִדישע װעלט־אָנשױונג און ציװיליזאַציע קומען צום אױסדרוק. די ייִדישע שפּראַך (און פֿאַרשטענדלעך אױך איר מוזיק) דורך אַזאַ בולטער קלאַנג־אײגנשאַפֿט אונטערשײדט זיך פֿון די אַנדערע מערבֿ-שפּראַכן און קולטורן און ברענגט צום אױסדרוק איר אײגענעם בײַטראָג און פּראָפֿיל.
אױב די אַרויסגעבראַכטע אױספֿירן װעגן דעם ייִדישן שפּראַך-ניגון זענען ריכטיקע, קאָן דאָס האָבן אַ גרױסע ממשותדיקע השפּעה. אױב ייִדיש־לערער און תּלמידים, אױפֿן סמך פֿון אָט די געדאַנקען, װעלן אַנטװיקלען אַ פּראַקטישן שליסל װי אַזױ איבערצוגעבן די אינטאָנאַציע פֿון ייִדיש, װעט עס אַלעמען אַרױסהעלפֿן און פֿאַרלײַכטערן דאָס באַהערשן די ייִדישע שפּראַך. דער ריכטיקער קלאַנג פֿון אַ שפּראַך איז אַ מיטל אַרױסצוברענגען אַ געדאַנק און געפֿיל אױף אַ קלאָרן אופֿן, װי אױך צו פֿאַרשטאַרקן דעם זכּרון. װי אַזױ האָבן זיך פּיצעלעך קינדער אין פֿאַרלױף פֿון דורות געלערנט דעם ייִדישן אַלף־בית? אַ ניגון האָט תּמיד באַגלײט זײער לימוד און זײ געקומען צו הילף.
פֿון ערשטן אױגנבליק, זעט אױס אַז די מוזיקאַלישע טענער זענען נאָר אַן אָנגענעמער צוגאָב צום באַטײַט פֿונעם װאָרט, נאָר אין דער אמתן טראָגן אין זיך די טענער כּװנות און באַטײַטן װאָס אָן זײ, פֿאַרלירט אַ שפּראַך איר טעם, אירע רמזים און חן. ווען כ’האָב אַ מאָל באַמערקט פֿאַרן דירעקטאָר פֿון אַ ייִדיש-טעאַטער, אַז דער אַרויסרייד פון זײַנע אַקטיאָרן איז ניט קלאָר, איז זײַן ענטפֿער געווען אַז זיי רעדן אַ „ישׂראלישן‟ ייִדיש…אָך און ווי איז אונדז, אויב דאָס איז דער ישׂראלישער ייִדיש. ווי אַזוי וועלן די ייִדיש־אַקטיאָרן, װעלכע האָבן ניט געהערט קיין ייִדיש אין דער הײם, זיך לערנען די מוזיקאַלישקײט פֿון דער שפּראַך, אויב מ’שטעלט זיי ניט צו די געהעריקע כּלים? בקיצור, מ’באַצאָלט הײַנט אַ הױכן פּרײַז פֿאַרן איגנאָרירן די אײגנאַרטיקײט פֿון דער ייִדישער אינטאָנאַציע. ס’איז געקומען די ריכטיקע שעה דאָס צו פֿאַרריכטן. װאָס מער ייִדיש־לערער און תּלמידים, לעקטאָרן, ראַדיאָ-ספּיקערס, װי אױך טעאַטער־אַנסאַמבלען װעלן זײַן גרײט אױסצופּרוּװן דעם ריכטיקן אינטאָנאַציע־צוגאַנג, װעט זײַן אַ שריט פֿאָרױס, כּדי אַלע ייִדיש-ליבהאָבערס זאָלן דערפֿון געניסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.